| נשלח ב-14/5/2007 08:03 |
|
| |
פרייליכע נייעס! ארעגאן וועט אויך צושטעלן מהודרדיגע ווייץ!
מיט גרויס שמחה דקדושה האט כ"ק רבינו מסאטמאר שליט"א אנאנסירט היינט ביים דינער פון מוסדות "יטב לב" אין ארה"ק, אז היות עס איז געווארן ב"ה א אויסטערלישער פארלאנג פאר די מצות געבאקן מיט די מהודר'דיגע אריזאנע ווייץ, דערפאר וועט מען בע"ה אויך ברענגען ווייץ פון די שטאט ארעגאן, וואס דארט איז פאראן אן ענליכער וועטער ווי אין אריזאנע.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2007 08:09 |
|
| |
דוד ראזענבערג האט פריער געמאלדן אז די ווייץ פון ארעגאן איז ערגער פון אריזאנא, ווייל עס האט נאך מער גלוטען, און די טל פון דארט איז מער מחמיץ, און ס'איז כמו ווייץ פון ספעיס, וואס איז נישט כשר פאר מצות מצוה.
אויך האט דער דאראגער רב געמאלדן אז ער געט שוין ארויס א קונטרס דערקעגן
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 15/05/2007 20:55:42
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2007 16:29 |
|
| |
נאכן גרוסן דורעכפאל וואס די ארונם האבן גיהאט אין אריזונא ווען קיינער האט נישט גיוואלט עסין זייערע מצות טוישן זיי אין גייען קיין אריגאן (אלץ מיז זיין מיט א ארי אדער אריזונא אדער אריגאן) סוף כל סוף וועלן זיי האבן דעם זעלבן דורעכפאל ווי מיט אריזונא, אין עיצה ואין תבונה נגד השם.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2007 01:34 |
|
| |
פארלעסליך עס איז זייער א שיינע רמז אבער דיין צורה איז שטארק מאדנע...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2007 02:31 |
|
| |
מה בין אריזאנע לארעגאן???
וועלכע איז מער מהודר, אריזאנע צו ארעגאן, אדער די זעלבע?
ארעגאן איז אויך געווען אמאל א מדבר, אדער נישט?
אין ארעגאן פאלט יא טל, אדער נישט?
דארף מען מקפיד זיין דארטן צו שניידן פרי אין צייט אדער נישט?
ארעגאן איז היי גלוטען אדער נישט?
איז די טעם דארט גוט?
וכו' וכו'.
ווער עס ווייסט פרטים זאל ביטע מיטטיילען זיינע קענטעניסטען!
לויט ווי איך האב געהערט - אבער נאך נישט פעסגעשטעלט - איז ארעגאן היפש שוואכער פון אריזאנע אין די געביט פון רעגן, און עס איז נישט קיין מדבר ווי אריזאנע, און אפילו די וויליאמסבורגע בעקעריי האט אויך שוין געשניטען דארט גאנץ אסאך מאל, נאר די סיבה וואס מען גייט נישט אהין בקביעות איז וויבאלד די שניט דארט איז זייער שפעט, און אויב מאכט זיך סיי וואספארא פראבלעמן בלייבט מען אן ווייץ אויף פסח ח"ו, וואס דעריבער כדי זיך צו באווארענען מוז מען סיי ווי נעמן בעפאר פון אנדערע פלעצער אז מען זאל נישט זיין אויסגעשפילט קרח מכאן וקרח מכאן, און אפילו די קרית יואל בעקעריי האט היי יאר באשטעלט לערך 70-80 טויזענט פונט ווייץ פון לאנג-איילענד.
_________________
האמת הוא השקר היותר טוב!
די אמת איז די בעסטע ליגענט!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2007 04:21 |
|
| |
שלמה_שמש1, יעצט איז שוין בעסער???...
_________________
הכל שריר וקיים
|
|
|
|
|