| נשלח ב-14/5/2007 08:21 |
|
| |
מהר"א מסאטמאר: קיינער זאל נישט מיטקומען קיין ארץ ישראל
דער סאטמערער רבי שליט"א האט גערעדט ברבים פאר טויזענטער מענטשן ביים דינער היסוד למוסדות יטב לב בארץ ישראל, (בוני ירושלים) און בתוך דבריו האט ער געזאגט:
איך וויל בעטן דעם עולם, אז מ'זאל נישט מיטקומען מיט די נסיעה קיין ארץ ישראל. מ'דארף נישט קיין פרסום און קיין פלאקאטן. מ'איז ב"ה געפארן קיין בני ברק אן פרסום, מ'איז געפארן קיין לאנדאן אן פרסום, און איך וויל אי"ה פארן קיין ירושלים אויך אן אן פרסום. עס איז מיר גענוג אז עס קומען מיט בלויז 25 מענטשן...
ער האט נישט געזאגט וועלכע 25 ער וויל יא.
דערנאך האט דער רבי מוחה געווען אויף די וואס זענען געפארן ל"ג בעומר קיין מירון און געגאנגען אויף טוריזם איבער אלע ערטער אין ארץ ישראל, ועאכו"כ ביים מערת המכפלה, קבר רחל, אדער דעם כותל.
דער רבי האט נאכגעזאגט שטיקלעך על הגאולה איבער דעם, און געגעבן אנצוהערן זיין חות דעת קדשו, אז אויב איינער וויל נישט פארן נאר קיין מירון זיך אויסבעטן, זאל ער בלייבן דא און בשום אופן נישט פארן קיין ארץ ישראל, ווי די פירצות און נסיונות זענען גרויס.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 17/05/2007 1:03:28
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2007 16:39 |
|
| |
נאך דריי וואכן פין פאמפע אין בלאט האבן זיך די ארונים גיזען מיט גאנצע 12 מיט פארערס וואס ציזאמן מיט ר אהרן מיט די קינדער אין גבאים האבן זיי עטליכע 20 מענטשן אין צי פארהוילן די ביטערע בישות האט ר אהרן אריין געווארפן א באמבע ער דארף נישט מער ווי 25 מענטשן מיינט ער אז מענטשן וועלן זיך נישט כאפן פין דעם בלוף, ר אהרן כלל ישראל האט א גיטע נאז זיי שמעקן ווען מעמיינט ערענסט אין ווען סאיז פלעין א זשאק, אז קיינער וויל נישט מיטפארן מיט עם האקט מען אויף פארן קיין ארץ ישראל ער לערנט פאר על הגאילה, פארוואס האט ער נישט פרגילערנט על הגאילה פאר ער איז גיפארן קיין בני ברק אין פארוואס האט ער נישט פארגילערנט על הגאילה פאר לג בעומר, נאר הוא אשר דברתי דע גאנצע זאך איז נאר צי פארווישן זיין דורכפאל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2007 23:53 |
|
| |
איך זעה איר פארשטיייט נישט...
דער רבי האט געזאגט א מורא'דיגן רמז... רבותי: דא ווארפט מען אייער... קיינער זאל נישט ווארפען.
אזוי ווי שחמט זאגט. דער רבי האט געזען אז קיינער קומט נישט, קיינער מעלדט זיך נישט פאר די נסיעה, בלויז 12 מענטשן האט ער געזאגט... רבותי איך פאר, אבער קיינער זאל נישט מיטקומען.
און אזוי ווי שלמה שמש זאגט אויך
די 25 מענטשן זענען נאר בדרך רמז, אז יעדער זאל פארשטיין איך בין דאך פון די 25 מענטשן, ממילא מעג איך פארן
אלזא, שחמט און שלמה שמש... דערווייל דארפט איר זיך נישט צופיל ציקראצן
ס'איז ממילא נישטא קיין סאך ארונים אין גרעיטער ניו יארק.
פון די אלע ארונים וואס איז יא דא, זענען 99 פראצענט אינטער די 30.
שוין, וועט ער טאקע נישט האבן מער פון 20 אדער 25 מענשעלעך...
_________________
|
|
|
|
|