קורצע באריכט פון די אסיפה נעכטן נאכט:
דער יושב ראש איז געווען הרב ר' נפתלי דוד לייטנער שליט"א,
דערנאך האט גערעט הרב הצדיק אדמו"ר מגאלאנטע שליט"א,
נאך אים האט אויפגעטרעטן הר"ר יעקב חנון שליט"א פון ירושלים,
און הרב ר' בערל כ"ץ שליט"א אב"ד דק"ק דושינסקי בארה"ב נאך אים,
און צום סוף האט אויפגעטרעטן הרב פערענטץ שליט"א א קאמפיוטער טעכניקער.
די אסיפה האט זיך פארצויגן כמעט ביז חצות הלילה בערך 12:30.
דער ויואל משה זאל איז געווען איבערגעפולט בליע"ה פון איין עק ביזן צווייטן ממש.
עס איז דארט געווארן ארום גערעט אז מען דארף זיין אפגעהיטן פון אפיסעס, אינטערנעט, און אלע מינע טעכנעלאגישע כלים וואס טויג נישט.
עס האט קיין שום שייכות נישט געהאט צו זיי וועלעכע פאליטשע אינטערסן נאר מען זאל זיין אפגעהיטן פון די היינטיגע מכשולות וואס קומען מיטן טעכניק.
ע"כ בקיצור וואס עס איז געווען די אסיפה דחופה - גערופון דורך 'התאחדות הרבנים' און 'וועד הקהילות'
|
|