פאר שבת איז אין מאנסי געווען אויסגעהאנגען צעטלעך פון א "מכון לתולעים" אז סטראבעריס איז זייער ווערעמדיג, און ס'איז נישטא קיין שום וועג עס צו רייניגן, דעריבער "פסק'ענען די רבנים" אז מ'זאל נישט עסן קיין סטראבעריס...
איך האב תיכף גערופן א רב המכשיר מיט וועם איך רעד אסאך און איך קריג פון אים אסאך אינפארמאציע בכלליות, און ער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט פון גארנישט, איך האב פאר מיר אליין מחמיר געווען, אבער דא ברבים האב איך נישט געוואלט רעדן וועגן עפעס א שערורי' וואס קומט אינגאנצן פון א נייע מכון בלי שם און אן קיין חתימות, ס'האט אויסגעזען כאילו עפעס א פריוואטע מערכה.
למעשה האב איך היינט גערעדט צו חשוב'ן עוסק בכשרות, וואס זיינע רעפעראטן זענען קראנט און אויסגעהאלטן, און ער זאגט מיר אז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער צעטל איז ריכטיג, און מערערע משגיחים האבן בודק געווען סטראבעריס נאכ'ן וואשן און אפרייניגן אויף די שטרענגסטע וועגן, און ס'איז געבליבן ווערעמדיג.
זאל דער עולם וויסן געווארנט צו זיין, און נישט נכשל ווערן מיט די פינף לאוין וואס קומט מיט יעדן קליינטשיגן ווערעמל.
האט ער מיר געענטפערט, אז די שאלות זאל איך פרעגן פון די רבנים המכשירים אליין.
נשלח ב-17/5/2007 00:32
סאיז דען א חידוש? ווער עסט סטראבעריס אן בודק זיין
נשלח ב-17/5/2007 00:34
אפשר לערנסטו מיך אויס וויאזוי מ'איז בודק סטראבעריס?
נשלח ב-17/5/2007 00:50
לויט מיין ידיעה זענען די געקענטע סטארעבריס פון פעלדער ווי עס קענען נישט צו קומען קיין ווערעם.
איך האב אמאל גערעדט מיטן וואלאווער רב וועגען דעם (ער איז דאך די בעל מכשיר אויף מהדרין און זיי האבן סטראבערי יוגערט), האט איר מיר אזוי געזאגט אז ער האט ספעציעלע פלענטס פאר סטראבעריס ווי עס קענען נישט צוקומען קיין ווערים
נשלח ב-22/5/2007 01:36
דערווייל האבן עטליכע כשרות ארגאניזאציעס ארויסגעגעבן אן אומצוויידייטיגן פסק בנוגע "פרישע סטראבעריס" און דאס גע'אסר'ט, אפילו נאכ'ן וואשן אויף פארשידענע אופנים.
כמה אסיפות הרבנים איז שוין צושטאנד געקומען, ווי רבנים און מומחים האבן געפרואווט צו רייניגן, און זיך איבערצייגט אז די מצב פון די סטראבעריס איז שרעקעדיג, און מ'קען דאס נישט עסן.
נשלח ב-22/5/2007 03:14
ווי איך געדענק איז אויף די מודעה לאיסור פון סקווירער בי"ד און פון וואלאווער. באטאנט אז זיי מיינען נישט די געפרוירענע.
נשלח ב-22/5/2007 04:56
ריכטיג.
התאחדות שרייבט אין זייער צעטל אז די פארפרוירענע סטראבעריס 'בהשגחתינו' קען מען עסן...
נשלח ב-27/5/2007 16:51
מען פארדרייט דעם עולם א קאפ מיט שקרים וכזבים . וועגן דעם גלייבט מען שוין גארנישט און עס איז נאך אלץ דא אין די יודישע פרוכט סטארס אין וויליאמסבורג פרישע סטראבעריס.
ווייל דער אמת איז .. אז מה דאך ווען א יחיד קוקט אליין און וואשט יעדע סטראבערי עקסטערע . דאך קען מען נישט אויספוצען און ריין מאכען די סטראבערי פון ווערעם מכל שכן על אחת כמה וכמה. וואס אין די פאבריק ווערען געוואשן הונדערטער און אפשר טויזענטער סטראבעריס צוזאמען איז זיכער ברור כשמש אז עס בלייבט ווערעמדיג. און דאך פאר זייער אינטערסע און פאר זייער כבוד וועגען (התאחדות) ווילן זיי נישט מודה זיין אז די בודק סטראבעריס זענען ווערעמדיג.
חוץ מזה . פרעגט אליין די בקיאים אין תולעים . וועט איר אליין הערן קלאר אז די בודק סטראבעריס זענען פונקט אזוי ווערעמדיג . נאר זיי האבן מורא(פון די התאחדות) דאס צו זאגן ברבים. אזוי וויא דעמאלס ביי די בראקלי. וואס סוף כל סוף נאך אלע האטליינס האבען זיי בעל כרחך געמוזט מודה געווען.
און אויך די כדתיא לונדאנער בי"ד האט געאסערט אויך די פראזען.
Worms have been found in the following Bodek Frozen Strawberries Code #7104 D 09. These strawberries come in bags or containers and should not be used.
חוץ מזה טאמער מען האט איינמאל געטראפן אין די פראזען אויך. איז דאך א סימן אז די וואשינג סיסטעם קען אויך דורכלאזען ווערעם און שרצים. און וויאזוי מעג מען דאס עסן אומבאקוקט. ?
מען עסט דאס בלינדערהייט אומבאקוקט בכלל. עס איז דאך נישט געוואקסן אין "גרינהאוזעס" נאר אויף סתם פעלדער.
וועגען דעם "ווייל אני ואפסי" מיינס בלייבט אייביג כשר. וועגן דעם לאכען זיך ליידער א סאך מענטשען אויס פון אלע איסורים ומודעות און עסן מכל הבא ליד.
צו הערען די דרשה פין מאגרוב רב וועגען סטראבעריס, רופט
2124618834
דריקט צוויי און דערנאך איינס.
_________________
נשלח ב-27/5/2007 21:04
ביי קארלסבורגער בי"ד האט מען בפני מרן מהר"י ראטה שליט"א געפענט פעקלעך סטראבעריס פון די קאמפאני בודק (הבודק צריך שיבטל) און כמעט אין יעדען פעקל איז געפינען געווארן שרצים רח"ל.
הגאון רבי בן ציון וואזנער שליט"א האט אין סטאלין געהאלטן א פייערדיגע דרשה און מסביר געווען קלאר אז די וואשעכץ ביי די גויישע קאמפאני וויא בודק וואשט די סטראבעריס . איז א סאך ווייניגער וויא א פריוואטער מענטש וואשט ביי זיך די סטראבעריס.
און התאחדות הרבנים האט עהם געסטראשעט ער זאל שוין צענזורירן דעם טעיפ. ווייל זייער עיקר הכנסה קומט פון בודק.
און ער האט דאס טאקע צענזורירט. (עס איז דא יחידים וואס האבען די ארגינאלע)
סך הכל דאס איז ברור כשמש בצהרים אז טאמער מען טאר נישט עסן די פרישע סטראבעריס נאכן אפוואשען דעמאלס איז זיכער בלי שום צל ספק . אז מען טאר ח"ו נישט עסן די בודק פראזען סטראבעריס בשום אופן. . מען קען דאס געוואיר ווערן סיי ביים סקווערער בי"ד און סיי ביי די מבינים. און אפילו ביי די קאמפאני אליין. וואס זענען אליין מודה אז נאך זייער וואשען בלייבן איבער שרצים אין די סטראבעריס.
איין ווארט סך הכל... נאר מיינס איז כשר. קיינעמס נישט. . אונדז זענען מיר בכח אפילו צו געבן א הכשר אויף שרצים. מטהר צו זיין את השרץ בק"ן טעמים.(עירובין י"ג) מיט די גוטע פיינע טעמים וואס מען שפירט אין סטראבעריס מיט די ווערעם.
נשלח ב-27/5/2007 22:31
די OU איז באגלייבט וועגען זייער השקפה און צוגאנג צו כשרות, ווייטער די .... הערט דעם חלב טעיפ פון די אסיפה וועגען ניקור [בחייו פון ויחי יוסף] וועט איר זעהן זייער צוגאנג,
איך פארשטיי נישט פארוואס ביז דעם דברי חיים און ערוך השלחן טרעפט מען נישט קיין איין מקור וואס זאל רעדען פון די ווערעם וואס מען קען זיי נישט זעהן נאר ווען איינער ווייזט דיר ווי זיי זענען,
די ווערעם אין די וואסער איז געווען זייט בריאת העולם, און איך האב נישט געהערט איינער זאל האבען אן אנטיק "זייער" פון אן אמאליגען גדול.
איך האב געהערט אין נאמען פון ר' יחזקאל ראטה אז אין ירושלים ווי מען האט געטרינקען וואסער פון בורות [זימער רעגענט נישט אין די בורות ווערען פיל ווינטער] אין די ווערעם זיינען געשפרונגען אין וואסער, [מען האט א ודאי אויסגעזייט די ווערעם וואס מען זעהט מיט די אויגן].
אלע דורות האבען די באבעס "באקוקט" די קרויט לכבוד שמח"ת און אלע אנדערע זאכען וואס האבען א חשש און מען האט עס פיין געגעסען,
היינט שפריצט מען די פעלדער און איך גלייב נישט אז היינט איז דא מער ווערעם ווי אמאל, הגם מען לאזט שוין נישט שפריצען מיט די גאר שארפע קעמיקעלס,
זאלען די רבנים זאגען אז מען דארף בודק זיין אליין ביי זיך אין שטוב אין אז מען זעהט נישט קיין ווערעם מעג מען עסען, און די זעלבע מיט די וואסער,
איז ביי כשרות אויך דא א שרעק ביי די רבנים צו זאגען דעם אמת, אדער צו געפעלען?
אין לי היתר הוראה, ולא באתי אלא להעיר.
נשלח ב-27/5/2007 23:02
לכבוד הסופר החשוב "אבי מלעבט" נ"י
איך האב נישט געזאגט אויב מען מעג עסן די ווערעמדיגע סטראבעריס אדער מען זאל זיך מונע זיין אזוי וויא די רבנים שרייבן אין זייערע קול קוראס . אדער עס איז אינגאנצן אסור אזוי וויא מאגרובער רב שרייבט אין זיין בריעף.
איך האב נאר געזאגט דעם ביטערן אמתן פאקט. אז טאמער עס איז אמת אז מען קען נישט אפוואשען די סטראבעריס אינדערהיים און נאכדעם באקוקן אויב עס איז דא ווערעם
דעמאלס איז זיכער אז ביי בודק וואס די סטראבעריס ווערן פלעין געוואשן אין די הונדעטער . אין פולע וועידס(וואנעס) עס איז ניטאמאל דא בראשעס אין די מאשינען זיי אפצורייבן. און קיינער קוקט זיי נישט איבער נאכדעם .
איז זיכער אז אויב מען טאר נישט עסן פרישע געוואשענע סטראבעריס . דעמאלס טאר מען זיכער נישט עסן די בודק סטראבעריס וואס דער סיסטעם פון זייער אפוואשען איז א סאך שוואכער וויא ביי זיך אינדערהיים. . נאר די מכשילי הרבים פארלאזן זיך ביי זייערע פראזען בודק ווערעמדיגע סטראבעריס אויף אינו נראה לעינים . אדער אנדערע מעשיות הוידל בוידל. . נאר אויף די פרישע וויבאלד עס איז נישט זייער הכשר אסערן זיי דאס.
נאכאמאל די אלע איסורים מיט יש למנוע'ס וואס עס איז ארויסגעקומען אויף פרישע סטראבעריס איז אוודאי חל אויף די געפרוירענע פון בודק. און דאס וואס מען האט געשריבן אז די בודק געפרוירענע זענען נישט ווערעמדיג דאס איז שווא ושקר מוחלט. . אזוי וויא עס איז בפירוש באוויזן געווארן ביי הגה"צ מקארלסבורג שליט"א כמעט ביי יעדען פעקל. נאר מחמת פחד פון די טעראריסטן (התאחדות ) האבן די רבנים מורא אויסצוזאגען דעם אמת.
די או יו פארלאזט זיך טאקע ביי בודק אויף אינו נראה לעינים. און אין הכי נמי זיי האבן נישט געאסערט די פרישע סטראבעריס אויך נישט . בפרט נאכן אפוואשען.
זאלסט מיר מוחל זיין אבער איך נעם אינגאנצן נישט אן דיינע רייד. פארוואס עפעס זאל איך דיר גלייבן אז די פראזען סטראבעריס זענען אויך נישט גוט. איך האב געהערט גראדע אז זיי האבן יא ספעציעלע מאשינען וואס וואשן אפ מיט א מוראדיגן קראפט די סטראבעריס, עס שאקלט זיי אויף, און מיר אינדערהיים קענען נישט מאכן דעם סיסטעם. אבער אפילו נישט פארלאז איך זיך אויף זיי לגבי פראזן, ווייל וואס איז די חילוק פון פרישע סטראבעריס און פראזען לגבי אז מ'זאל מורא האבן פון התאחדות. אויב לשיטתך איז קיין שום חילוק צווישן פרישע און פראזן איז פונקט ווי "אלע" זענען ארויסגעקומען אז פרישע איז אסור, וואלטן זיי דאך פונקט אזוי אויך געדארפט זאגן אויף די פראזן. און בכלל וואלטן זיי מורא געהאט מתיר צו זיין דערווייל אויב עס איז אזוי פשוט ווי דו לייגסט אראפ אז עס איז פונקט אזא חשש ווי פרישע, ווייל נאך אלעם וועט מען דאך קלאר איבערווייזן אז עס איז יא אסור, און זיי וועלן אויך מוזן אסר'ן. עס איז דאך זאכן וואס איז עבידא לגלויי.
אבער אויב די זעלבע וואס זענען מודה אז פרישע איז אסור זאגן דאך אז פראזן איז דערווייל מותר, קען איך עסן פראזן מיט א רואיגקייט, עליהם ועל צוואריהם. אויב טענה'סטו אז איך קען זיי נישט טראסטן, איז אפשר קען איך זיי בכלל נישט גלייבן און עס איז בכלל נישטא קיין פראבלעם מיט סטראבעריס...
אז דו האסט מער אינערליכע אינפארמאציע, דאן גיב זיי ארויס און צולייג זיי אויפ'ן טיש. אבער אבי שיסן און האקן אז "דו האלטסט" אז די פראזן איז פונקט אזוי אסור, איז ארויסגעווארפן.
נשלח ב-28/5/2007 02:26
א"כ הסופר החשוב מאוד נעלה "עבד עברי" נ"י
קודם א יישר כח פאר דיין ברייטע און ניצליכע אינפארמאציע בנוגע כשרות המאכלים. דערנאך וואלט איך געוואלט זיך באציען צו אייניגע ענינים:
1] ווי איך זע אז ביסטו אביסל באהאווענט אין אינפארמאציע בנוגע עניני כשרות המאכלים. וואלט איך דיר געוואלט אנפרעגן איבער דער לעצטעריגער פראבלעם פון די גרינצייג וואס מ'פארקויפט אין די מארקעט. עס זענען געווען לעצטענס מודעות פון כשרות ארגאניזאציעס איבער די פראבעלמען וואס ס'מאכט זיך ביי געוויסע גרינצייג אז מען באשמירט זיי מיט קעמיקלס. וויל איך פרעגן, וואס טוט זיך מיט טאמאטעס, דארף מען אפשיילן די קליפה (שאלעכץ) פארן עסן אדער קען מען דאס עסן כמות שהוא? אדער אפשר דארף מען דאס קודם גוט אפוואשן? ילמדנו רבינו.
2] הסופר "אבי מ'לעבט" האט אויפגעברעגט א קושיא, איבער געוויסע כשרות פראבלעמען וואס זענען אין די לעצטע פאר יאר אויפגעקומען צווישן אלגעמיינעם ציבור המדקדקים בכשרות, ווי למשל איבער די ווערים אין וואסער וכו'. מע"כ האט זיך באצויגן צו זיינע ווערטער אבער קיין תי' מספיק אויף די קשיא האסטו נישט אנגעגעבן. אויב מעגליך וואלט איך געוואלט הערן אן ערקלערונג פון דיר איבער די ענינים.
וייש"כ למפרע.
נשלח ב-28/5/2007 03:41
איך האב א שטארקע קשיא צי די בעלי מכשרים, בעיקר צי התאחדות אין ניו סקווער וואס זיי גיבען הכשירים אויף פרויזען סטראבעריס
כלל ישראל האט געכאפט א שאק מיטען געוואר ווערן אז ליידער איז מען בלא יודעים נכשל געווארן מיטען עסן שרצים
די וועג וואס איז געווען אנגענימען ביז יעצט אז דאס רייניגט פין שרצים האט זיך ארויסגעשטעלט צי זיין אומווירקזאם.אין למעשה בלייבען נאך יא שרצים, עס איז זייער ווייטאגליך צי טראכטען אז מען האט זיך ליידער אנגעפילט מיט שרצים אין געגעבן צי עס פאר די קינדער שרצים, אבער דאס איז די טריקענע מציאות אין עס איז נאר געווען א שוגג נישט קיין מזיד ח"ו מיין קשיא איז,
ווי קימט עס אז די וואס גיבען א הכשר אויף פרויזען סטארעבריס זאלן תוך כדי נשימה זאגען "די וועג וואס מען האט געמיינט ביז היינט אז עס רייניגט סטראבעריס איז נישט גיט, אבער מיינע פרויזען מעגסטע יא עסן" געוואלד!!! אפשר איז יענטץ אויך נישט גוט? די אליינס ביסט דאך יעצט געוואר געווארן אז סטארבעריס האט א פראבלעם!! שטעל זיך אפ!!! טראכט!!!! גיי איבער ביי דיר אפשר איז דארט אויך נישט גוט??!!! פארוואס איז דא אזא גלייכגיליקייט בנוגע די נושא???? מעלד כאטש פארן ציבור, אז די מאכסט בדיקות צי עס איז גוט, כאטש לפנים זאל מען עס טיען???? צאלן מיר נישט געניג געלט פאר א הכשר?? גיב ארויס א הוראה אז ביז מען מאכט נישט זיכער אז פרויזען איז יא גוט זאל מען זיך מנוע זיין פין צי עסן,
די קשיא גייט נאך ווייטער,
1}האט מען בכלל מברר געווען צי פרויזען סטראבעריס איז יא גוט גערייניגט, אויב יא ווען?
ווייל תוך כדי דיבור וואס מען האט געשריבען אז פרישע סטארעבריס איז נישט גוט, האט מען געשריבען אז פרויזען איז יא גוט
2}אויב האט מען מברר געווען אז פרויזען סטעראבריס איז גוט, פארוואס טיילט מען עס נישט מיט מיטען ציבור???
די אופן, ווען, אין ווי אזוי, אין דורוך וועם די בירור איז דורוכגפירט געווארן,
3}אויב האט מען נישט מברר געווען, גייט עס דען נישט אריין אין לפני עיוור לא תתן מכשל???
4}איך טראכט, עס איז נאר מיין אייגענע השערה, אז די סיבה פארוואס מען האט גלייך מתיר געווען פרויזען סטראבריס איז,
וויבאלד פרויזען עסט מער נאר מרוסק, עס איז געווענליך נישט גוט נאר ווען מען מושט עס אויס אין א קעיק אדער געטראנק
אין פינקט ווי מען האט מתיר געווען פרישע סטראבריס אויב עס איז שוין געווען אויסגעמישט געווארן אין א קעיק פין פאר שבת במדבר
וועגן דעם האט מען מתיר געווען פראזעון וויסענדיג אז אויב עס איז ח"ו ווערעמיג ווערט עס סייווי בטל, האט מען זיך נישט געאלט מיט קיין איסור
עס איז מיר אינטערסאנט צי וויסען אויב עס איז דא א ממש אין דעים
אלמלא, איך בין ווען בעה"ב אויף בודק וואלט איך פרייוויליג אראפגענימען פאר צייטווייליג אלע פרויזען סטעראבריס פין די שעלווס
די הסבר איז פשוט, ווייל למעשה גיי די גאס פארלאנגען ענטפערס צי פרויזען איז יא אויסגעהאלטן, אויב וועט מען ח"ו געוואר ווערן אז עפעס טויג נישט דארט וועט מען אינגאנצן פארלירען די טראסט אין בודק, אין זיי וועלן קענענן אריינגיין אין די גרופ פין מזונות מבין, ענדערש צי זיין אפען מיט די פובליק, אין אקעגן קימען מיט אינפערמאציע, ווי איידער שפעטער דארפן גיין זיך פארענטפערן, צוריק ציבאקימען א טראסט איז זייער שווער אויב עס איז בכלל מעגליך,