| נשלח ב-20/5/2007 22:36 |
|
| |
כשרות אלערט: נישט נוצן פרישע סטראבעריס
די וועד הכשרות דקרית יואל, מיט עטליכע רבנים פון מאנסי
זענען ארויסגעקומען מיט א כשרות אלערט, נישט צו עסן קיין שום פרישע סטראבעריס
ווייל עס שטעלט זיך ארויס אז אלע מעטאדן אראפנעמען די תולעים און שרצים, העלפן נישט.
ביז היינט האט מען געמיינט אז ווייקן אין זייף וואסער העלפט, אבער פראבעס האבן געוויזן אז ס'העלפט נישט. אלזא טאר מען עס נישט עסן, אזוי לאנג ווי מ'וועט נישט געפינען קיין לעזונג צו דעם הארבן איסור.
ערב שב"ק פ' במדבר, איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מיט הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל געזעצן מיט נאך רבנים אין דן געווען דערין, און בהתייעצות מיט נאך רבנים האט מען ארויסגעגעבן דעם כשרות אלערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2007 23:04 |
|
| |
איצא גליק איכה?
ר' הילל וויינבערגער, וועקט אייך אויף
הרב הגאון ר' יהושע העשיל ביק, וואס שלאפט איר?
גאלאנטער רבי, איז שרצים נישט קיין פראבלעם?
סאכדעס געזעלשאפט, האט איר גענומען שלאף פילן?
וואסשע שלאפט דער סד"ד ר' איצא גליק
פארוואס איז סקווירא ארויסגעקומען דערקעגן
פארוואס איז קרית יואל ארויסגעקומען דערקעגן
פארוואס איז נייטרא מאנסי ארויסגעקומען דערקעגן
פארוואס שלאפט די "התאחדות הפעפערס"?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2007 01:50 |
|
| |
דאכט זיך אז שוין פאר 2 וואכן צוריק האב איך שוין געזעהן א צעטל פון עפעס א מכון לבדיקת תולעים אין מאנסי אז מען זאל נישט נוצען קיין פרישע סטראבעריס, וואס איז יעצט נתחדש געווארן???
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2007 04:22 |
|
| |
אז מען רעדט פון שוין פון סאכדעס הפעיפערס, לאזט זיך דערמאנען אז דעם נארוואס פארלאפענעם פסח האט סאכדעס גורם געווען חמץ גמור אין פסח, מיט דעם פראדוקט BENEFIBER וואס זיי האבן באצייכנט אלס "כשר לפסח" אין זייער מפתח הכשרות.
דערווייל האט זיך ליידער ארויסגעשטעלט אינמיטן פסח אז ס'איז חמץ גמור, און ווער ווייסט וויפיל מענטשן זענען נכשל געווארן דורך זיי.
ווען אזוינס וואלט פארגעקומען מיט אן אנדערע כשרות אגענטור, וואלט סאכדעס יענעם אראפגעריסן און אומגעברענגט...
איצט אז ס'איז אויפגעברענגט געווארן אן ערנסטער פראבלעם, און עס ווערט איבערצייגט דורך כשרות עקספערטן אז מ'מוז מודיע זיין דעם ציבור, איז עפעס סאכדעס פארשוואונדן...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2007 05:23 |
|
| |
וואספארא נגיעות קען דא התאחדות האבן, ווייסט איינער אויב געבן זיי אפשר א הכשר ערגעץ אויף סטראבעריס???
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2007 01:35 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס עטץ פארפירטס איך בין היינט געווען אין בית המדרש הגדול אויף ראדני סט. און עס איז געווען באהאנגען מיט צעטלעך די גאנצע שול.
212-990-6143
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2007 02:03 |
|
| |
התאחדות האט ארויסגעגעבן א צעטל אין וואס זיי שרייבען אז מען זאל נישט נוצען קיין סטראבעריס, נאר די פראוזען פון בודק אויף וואס זיי געבן א הכשר איז יא גוט, ווייל עס ווערט גערייניגט דורך אן אנדערע פראצעדור. ווייסט איינער מיט וואס עס איז אנדערש, און פארוואס קען מען נישט מאכן די זעלבע מיט פרישע יאגדעס???
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2007 03:20 |
|
| |
פראוזען סטראבעריס אז די וועסט באטראכטן איז היבש אבגעריבן ווייל עס ווערט אפגעבראשט מיט ספעציעלע בראשעס וואס ציפן אראפ די קריכעדיגע, עס איז דא א טעיפ פונעם מאגרובער וואו ער איז מסביר די נפקא מינא
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2007 04:50 |
|
| |
דאס אלעס (פון אפרייבען די סטראבעריס) וואס די מאגרובער רב רעדט ארום אויף יענע טעיפ בטו"ד איז געזאגט געווארען אויף ביז היינט,
היינט צו טאגס האט מען געטראפען אז די שרצים קומען נישט אראפ אפילו מיט זייף און אלע אנדערע עצות וואס די חשובע רב הנ"ל האט געזאגט, צי ווייל ס'איז דא נייע שרצים צי ווייל מ'באשפרוצט אנדערש, אבער עכ"פ ס'קומט "נישט" אראפ.
ממילא האט די רבי גע'פסק'עט אז די אלע מיט הכשרים (דהיינו "מהדרין" וואס האט א גוט'ן הכשר) מעג מען דערווייל -ווילאנג מ'איז מברר מער קלארער- אז מ'מעג עס נוצען
|
|
|
|
|