בית פורומים באבוב

נאטיצן פון באבובער חתונה אין פלאיד בעננעט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/5/2007 04:18 לינק ישיר 
נאטיצן פון באבובער חתונה אין פלאיד בעננעט

יעצט איז נאך די חופה, איך זיץ אין מיין קאר און שרייב אראן די נאטיצן

סידור קידושין - רבינו שליט"א אבי הכלה
כתיבה לייענען - הרב החסיד ר' משה וואקסמאן שליט"א חותן רבינו

מיט די ברכות:
הרבני ר' שלמה ישעי' ליפשיץ נ"י זיידע פון חתן
הרבני ר' יעקב בערגער נ"י זיידע פון חתן
הרה"צ מסטריזשוב שליט"א
הרב יעקב ישראל מייזליש - אב"ד קרית באבוב בת-ים
הרב בן ציון בלום - דומ"ץ באבוב לונדון
ברכה אחריתא: הרה"ג ר' אברהם חיים שפיטצער אב"ד אור חיים

עדי קידושין:
הרב מאיר לוריא ר"י באבוב בני ברק
הרב שמעון שלעזינגער ראה"כ באבוב י"ם

דער עולם ביי די חופה איז געשאצט פאר בערך 1000

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2007 08:17 לינק ישיר 

נאנט צו 10 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין זאל און ארומגעגאנגן צווישען די טישן און אנגענומען "מזל טוב" פונעם עולם און דערנאך ארויף צום אויבענאן, זיך געוואשן צו די סעודת נישואין, 
ביי די סעודה איז געשאצט ארום 2200 פלעצער זענען געווען באזעצט ביי די טישן זענען באשטיינען פון יונג ביז אלט, קינד און קייט, אלע 850 בעלי בתים ואברכים, 450 בחורים מכתה ט' ולמעלה, 400 געסט פון איבעראל,  150 משפחה וקרובים פון די מחותנים מצד החתן, און 200 קינדער פונעם תלמוד תורה מכתה ה'. און אויך 150 צוקוקערס האבן נהנה געווען פון סעודת חתן


12:25
די ריקודין של שמחה 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2007 09:15 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2007 09:17 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2007 10:21 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2007 11:07 לינק ישיר 

ארום 1:30 האט רבינו שליט"א געטאנצט מצוה טאנץ

דער עולם ביים מצוה טאנץ איז געווען היבש ווייניגער ווי ביי די סעודה,
הונדערטער האבן אנגעהויבן אהיים צוגיין נאכן בענטשן אום 11:30 

די עסקנים האבן אן א חשבון צוגעגרייט צופיעל הויכע פארענטשעס, וועלכע זענען געשטאנען ליידיג ביים מצוה טאנץ
 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2007 17:25 לינק ישיר 

 


עס איז היינט צו-טאג דא ב"ה צוויי באבוב, און ביידע באבוב האבן גענוג מענטשן צו מאכן שיינע גרויסע חתונות, לכבוד ולתפארת רבותינו הק'.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים 



תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 28/05/2007 17:32:46




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2007 20:08 לינק ישיר 
תמונות מדהימות מהחתנוה הגדולה

מעמד החופה


הופעת רבנינו שליט"א


הקהל במצוה טאנץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2007 21:01 לינק ישיר 

הופעת המהרב"ץ שליט"א
http://video.google.com/videoplay?docid=5056670636370879681

ריקודים של מצוה



מצוה טאנץ





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2007 22:04 לינק ישיר 

אלעס רעד פון זיך אליין. זייער שיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2007 19:53 לינק ישיר 


איבער א מיליאן 1.000.000 דאלער ארויסגעטראסקעט פאר די חתונה - כדי אויפצווייזן פאר די וועלט - אז עס נאר דא "איין באבוב" -  מען גרייט זיך שוין חדשים מיט מחשבות און פלענער - אהער צושטעלען א מלכות'דיגע חתונה - וואס זאל אינגאנצען אפווישן די חתונה פון בת רבינו שליט"א אדר תשס"ו - זיי מיט זייער גרויסהאלטערי האבן כסדר געזאגט - עטס וועט זעהן די רבבות חסידי באבוב וואס וועלן זיין ביי די חתונה - 

מען האט געטיילט טיקעטס צו קומען פון ארץ ישראל, אייראפע מכל אתר - פאר היימישע מענטשן און פאר פילע פרעמדע מענטשן (וועלכע זאגן צו אונז גיטס אונז טיקעטס, וועלן מיר קומען צו ענקער חתונה אויך) - ( אידן האבן טענות אז די לעצטע טעג איז דא א פארפלייצונג פון ארץ ישראל'דיגע שנארעס אין די בתי מדרשים און הייזער) 

מענטשען וואס זענען געווען אויף די ביידע חתונות - זאגן קלאר און דייטלעך - אז עס איז יעצט באשטעטיגט געווארן - אז עס איז דא "צוויי באבוב" - ביידע האבן דאס זעלבע.  

אז מען געמוזט אומפאטירען אזויפיל געסט פון איבעראל - צייגט דאס אז זיי האבן נישט גענוג מענטשען אין ניו יארק - וואס האט זיך קלאר לעצטענס אויפגעוויזן דעם חשבון -  אז 48 האט פארמאגט בערך  800 + משפחות אין גאנץ ניו יארק - 

די גאנצע שווערע הארוואניע פון די חתונה האט גארנישט משנה געווען פון די מציאות - אלעס בלייבט ביים אלטן - עס איז געווען א בחינה מיט דעם משל " א קעניג אויף איין נאכט" וד"ל     

געדענקטס גוט: באשעפער איז נאר דא איינס - באבוב איז דא צוויי     

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > נאטיצן פון באבובער חתונה אין פלאיד בעננעט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext