אה! אזעלכע שיינע בילדער וואס טוט אונז דערמאנען די העליכע לעכטיגע פרייליכע טעג בעת שמחת רבינו בשמחת נישואי בתו.
די הארץ טוט קלאפן פין התרגשות אין די אויגן ווערן פייכט מיט טרערן דערמאנענדיג זיך די מצווה טאנץ פין רבינו שליט"א אין די התעוררות'דיגע טעמע וואס האט זיך צוזאמגעמישט מיט די קולות הזמרה.
כ'דערמאן זיך ווען רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין די זאל, אין די פארענטשעס האבן זיך אין סעקונדעס אהנגעפיהלט אין די בעלי בתים זענען אלע אויפגעשטאנען פין די פלעצער אין די גאנצע אויבן אהן האט מיט אן יראת הכבוד געקוקט אויף די טיהר - אין "בהופיע הדרת קדשו" האבן אויפאיינמאהל די טויזענטע באבובע חסידים צוזאמען אויסגעהילכט אין א פלאמעדיגן פייערדיגן ווארעמען געזאנג פין "קול רנה וישועה באהלי צדיקים" וואס האט געדויערט באלד 20 מינוט -.
אח! איז דאס געווען א חתונה צום געדענקן!! יישר כוח פארן אונז דערמאנען פין די חתונה וואס עס איז שוין באלד צוויי יאהר ארובער פין דאנט.
|
|