הערטס אויס רבותי, יעצט איינמאל ווייסט אידעלע שוין איינמאל וואס ער רעדט
לאמיך אביסעל ערקלערען דעם תוכן הדברים, עס איז אביסעלע קאמפליצירט אבער לייגט צו קאפ
די ארונים זענען דאך דערווייל נאר ביזי געווען צי פארענטפערען אז עס רעגענט נישט און עס גייט נישט קיין טוי אין אריזאנא
נו גוט, נניח זיי זענען גערעכט, עס איז נישט דא קיין וואסער אין אריזאנא
אבער כדי א חפצא זאל ווערן חמץ מוז דאך עס האבען צוויי באשטאנדטיילען
1) וואסער
2) מעהל
איצט איז אזוי די ארונים פארטושען די מוחות און רעדען כסדר פון דעם טייל, אז וואסער איז נישט דא
נו, האט מען דאך נאר איין זייט פונעם חמץ פראבלעם געלעזט
אבער וואס טוט זיך מיטן צווייטן טייל פונעם חמץ? מעהל?????
איז מען יעצט געוואויר געווארן, צו די ארונים ווילן יא מודה זיין צו נישט, הערטס אויס, שפרינגטס נישט ארויף אויף מיר, איך דערצייל נאר פאקטן, און פרעגטס ענק נאך ביי די רבנים, דער פאקט איז באשטעטיגט געווארען אויף הונדערט פראצענט און די ארונים קענען דאס נישט לייקענען בשום אופן, אז:
אין די אריזאנע ווייצלעך האט מען געטראפן מעהל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
נו, וואס זאגען די ארונים יעצט?
_________________
 |
|
|