רבינו שליט"א ביים סאטמארער שבע ברכות אין וויליאמסבורג
דאנערשטאג נאכט איז כ"ק אדמו"ר שליט"א געווען ביי די גרויסארטיגער שבע ברכות אין וויליאמסבורג - לכבוד רבינו שליט"א האט דער סאטמאר רבי זיך אויפגעשטעלט צוזאמען מיט'ן גאנצען עולם און געטאנצט אויף דעם באבובער ניגון "ותגלה" - כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א צו טאנצען מיטן חתן - דערנאך האט דער סאטמארער רבי שליט"א מיטגעטאנצט - און מען האט אנגעפאנגן זינגען "ובכן צדיקים"- , דאס גאנצער ביהמ"ד איז איינגעהילט געווארן אין א חדוה דקדושה, די טויזענטער סאטמארער חסידים זקנים ונערים האבן זיך מיטגעפרייט טאנצענדיג מיט ברען און התלהבות. עס איז געווען וינועו אמות הסיפים!!
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
|
|