בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נייע שערורי' וועגן די טשיקענס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/6/2007 09:40 לינק ישיר 
נייע שערורי' וועגן די טשיקענס


די לעצטע צוויי וואכן איז אויפגעקומען א פרישע שערורי' . א סאך טשיקענס וואס מען עסט צווישן היימישן עולם איז נישט די ריכטיגע טשיקן מיט די ריכטיגע מסורה . וואס עפ"י הלכה איז "עוף טהור אינו נאכל אלא במסורת"  און ממילא זענען די טשיקען עופות טמאים רח"ל וואס מען טאר נישט עסן נישט דאס פלייש און נישט זייערע אייער.


כדי מסביר צו זיין פארן עולם און פאר די לייענער וואס גייט פאר. וועל איך מאכען בקיצור כפי הצורך.

יעדע טשיקען וואס האט אייביג געהאט א מסורת אז דאס איז א תרנגול א עוף טהור. האט אין די בעק א זאך וואס מען פלעגט עס רופן אין אונגארן "פישפיק נארט" דאס איז אזא מין זאך וויא א קליין עק אזוי וויא א וויידל . אזוי וויא די גמרא זאגט אין פסחים ביי דעם גוי וואס פלעגט קומען עסן קרבן פסחים אין ירושלים און ער האט געבעטען פון די אלי' דאס פעטסטע . האט מען גלייך געוויסט אז ער איז א גוי ווייל יעדער ווייס דאך אז דאס פעטסטע די אלי' לגבוה סלקא גייט פארן אייבירשטען אויפן מזבח. און מען האט דעם גוי געהארגעט.

"פישפיק" הייסט אויף אונגאריש . אזוי וויא א בישאף (א הויפט גלח) למשל פישפיק-לאדאן מיינט דער בישאף לאדאן(דאס איז געווען זיין נאמען ש"י)

און פישפיק הייסט דאס גוטע חלק.(להבדיל דעם גלחס חלק)

דערווייל האט מען געטראפן צווישן די טשיקענס עטליכע טשיקענס וואס האבן נישט דעם חלק . און א פאר עלטערע פרויען האבען מעיד געווען פארן בי"ד פון די עדה החרדית אז אזאלכע טשיקענס פלעגט מען נישט עסן. ווייל דאס איז א אנדערע מין.
און עס איז שוין געווען א שטילע מיטינג ביים קארלסבורגער בי"ד וואס מען זאל טון וועגען די עופות . און צו מען דארף כשרען די כלים.

אזוי וויא אלע וואס לייענען מיינע שריפטן . זאגן אז ביי א סאך זאכען וואס איך שרייב. איז בבחינת אלו ואלו . איך ברענג אלע ביידע דעות.

וויל איך ביי די זאך אויך זאגן ביידע מיינונגען

דעת רוב הרבנים אז דאס איז די זעלבע עופות און אין צענדליגע דערפער אין ארץ ישראל שחט מען דאס שוין יארן.
אזוי וויא די קאבריצער עופות וואס דער הייליגער קמארנער בעל היכל הברכה זי"ע האט מרעיש עולמות געווען אז דאס איז עופות טמאים. און אין צאנז האט מען דאס געגעסן.

אפילו ביי די טורקיס איז געווען געפערליך אמאל . עס איז געווען אזעלכע פוסקים (שו"מ חלק חמישי סימן סט) וואס האבן געהאלטן אז דאס האט נישט קיין מסורה און דאס איז א עוף טמא.

ווידעראום אנדערע האלטן אז דאס איז סתם א שערורי' פון מענטשען וואס גלייכן פון צייט צו צייט צו מאכען איבערקערעניש צודרייט מאכען דעם עולם אזוי וויא ביי די שאלה פון די אייער וואס זענען נישט געווען זיכער אז דאס איז פון עופות טהורים און סוכ"ס איז עס יצא בהיתר פון הגאון הגדול ר"מ ברנסדורפער שליט"א.

און ביי די ווערעמדיגע פלאונדער פיש אמאל.

און עס איז דא וואס גייען נאך ווייטער און שרייען אז דאס איז אזוי וויא עס איז געווען אמאל געווען א חשובער איד פון לאנדאן הבירה וואס ער האט אין אלעם געזעהן צלמים . און ער פלעגט ארויסגעבען צענדליגע פלוגבלעטער מיט בילדער און גענומען חתימות. אבער בימים ההם האט זיך יעדער אויסגעלאכט

און די זעלבע וואס לאכן זיך אויס האלטן אז די גאנצע מעשה מיט וואסער וואס מען נוצט שוין אזוי איבער הונדערט יאר . איז אויך נאר א דמיון אז עס איז דא ווערעם כלשון הבעל ערוך השלחן סימן פ"ד.
אזוי אויך האלטן זיי אז טאמער מען שניד אראפ די גרינע בלעטלעך פון סטראבעריס און מען וואשט עס אפ און מען באקוקט עס דעמאלס קען מען עס רואיג עסן.

מען האט נישט געקענט נארמאל מברר זיין די זאך פון די טשיקן לעת עתה. קודם כל האט קיינער פון די רבנים בכלל נישט געוויסט וואס איז די שאלה. אזוי וויא אמאל ביי די חלב פרשה בערך.

איינער האט גאר געזאגט אז דאס א שאלה דעמאלס "פון גיד הנשה" . א צווייטער האט געזאגט אפשר פון עגלה ערופה וואס די תורה האט געהייסן. אז מען זאל עס טראגן צום נחל איתן.

א דריטער האט געשריגן אז אזוי וויא מען האט לעצטענס משנה געווען מנהג אבותינו . און מען לאזט שוין באקוקן ספרי תורות און תפילין ומזוזות..  דורכן קאמפיוטער . זאל מען מברר זיין דורכן קאמפיוטער און די דזשינס . אויב דאס איז די זעלבע עופות.

טאמער מען קען זיך פארלאזן אויפן קאמפיוטער ביי ספרי תורה און תפילינס וואס דאס איז דאורייתא. שמלאכתך מלאכת שמים. קען זיך אויך פארלאזן ביי די עופות אויב עס איז די זעלבע מין.

צווייטענס האט מען נישט געקענט מברר זיין לעת עתה.. ווייל ליידער מעשה שטן האט די שטאט סיטי אף ניו יארק. אפגעשפארט לעת עתה דאס בית השחיטה פון ר' מתתי' קאהן נ"י אויף פלאשינג עוועניו אין ברוקלין.

ווייל זיי לאזן מער נישט שחטן אין די סיטי נאר אין אפסטעיט וכדומה. ממילא האבן אלע פרומע ומדקדקים א גרויס פראבלעם וויא זיי זאלן שחטן זייערע עופות. זיי קענען דאך נישט גיין פארן יעדע וואך צו די שחיטה קיין קרית יואל  וכדומה.

ביי אנדערע עופות שחיטות איז ניטאמאל דא צייט צו באקוקן די טשיקענס און על אחת כמה וכמה. צו באקוקן צו עס האט דעם שטיקל "פישפיק" . וכדומה.

די גמרא זאגט "פשפש ולא מצא יתלה בביטול תורה" קען זיין אויף ביידע אופנים

איינס אז ער האט נישט געטראפן און ער ווייס נישט אויב עס כשר דעמאלס "יתלה בביטול תורה" זאל ער תולה זיין ווייל ער קען נישט לערנען ער מיינט אז מען האט דא צוטון מיט א שאלה פון "נחל איתן"

צווייטענס . יתלה בביטול תורה . איז פשט אז ער זיצט אין א כולל און ער האלט נישט ביים לערנען . זוכט ער זיך סענזאציעס וואס צו טון. דאס מיינט די גמרא "יתלה בביטול תורה" ער זוכט צייט מבטל צו זיין . ער וויל זיך נישט פלאגן איבער אביי ורבא אדער א שטיקעל מהרש"א אדער מגן אברהם . פרייט ער זיך אז מען קען רעדן פון סענזאציעס.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2007 09:53 לינק ישיר 

איך וועל דא מעתיק זיין דעם לשון הערוך השלחן וואס איך האב דערמאנט ברמז אין די פריערדיגע תגובה.. ווייל מסתם נישו יעדער האט א ערוך השלחן

וזל"ק

ס"ק לו
יש מי שכתב בשם חכמי הטבע דהמסתכל בזכוכית המגדלת שקורין "ספעקטיווא" יראה בחומץ מלא תולעים.וגו' אמנם שמעתי שבכל מיני מים וביחוד במי גשמים מלא ברואים דקים שאין העין יכולה לראותם
ובילדותי שמעתי מפי אחד שהיה במרחקים וראה דרך זכוכית המגדלת עד מאד כרבבות פעמים במים כל המיני ברואים
ולפ"ז איך אנו שותים מים שהרי אלו הברואים נתהוו במקורם
אמנם האמת הוא דלא אסרה תורה במה שאין העין שולטת בו דלא ניתנה תורה למלאכים דאל"כ הרי כמה מהחוקרים כתבו שגם כל האויר הוא מלא ברואים דקים מן הדקים וכשהאדם פותח פיו בולע כמה מהם
אלא וודאי דהבל יפצה פיהם ואף אם כן הוא כיוון שאין העין שולט בהם לאו כלום הוא עכ"ל.

וזאת למודעי
אז דאס אלעס איז נאר געזאגט געווארן להיתר פאר די סטראבעריס וואס מען וואשט אפ אינדערהיים און מען באקוקט זיי
אבער נישט אויף די פראזען וואס ווערט בכלל נישט באקוקט פון קיין איין איד. עס ווערט נאר סתם אפגעוואשן אין א מאשין הונדערטער אדער טויזענטער אויף איינמאל.  אזוי וויא מען קען לייענען א שטיקל באריכט קרוב לאמת אינעם צייטשריפט. פון די וואך "שלח" . דאס איז זיכער כל שומר נפשו ירחק מהם. אזוי וויא איך האב שוין א פאר מאל געשריבן. ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2007 09:59 לינק ישיר 

אלעס וואס איך שרייב דא אין פארק איז נאר מעורר זיין ווער עס וויל וויסן פאקטן אדער הלכות פון שו"ע ונושאי כליו האחרונים
אבער להלכה פאסקע איך נישט דא קיין איין שאלה. לפי שלא באתי רק לעורר לב המעיין. יעדער זאל פרעגען זיין מורה הוראה.  ער קען נאר נוצען די פאקטן אדער די מראה מקומות פון די הערות וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2007 10:20 לינק ישיר 

לפ"ז איז פינקל גארנישט שולדיג ווייל זיינע טשיקענס האבען נישט געהאט דעם פישפיק, ואין איסור חל על איסור. עיין דף היומי יבמות לב-לג,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2007 16:02 לינק ישיר 

עבד עברי היקר
צפרא דמרא טב

יישר כוחך וחילך אויף צוברענגען א הלכה וואס איז יעצט מבדרא בי מדרשא, 
לפענ"ד אבער דארפסטו מגיה זיין אפאהר זאכן פון דיין ארטיקל...

די טשיקן איז טאקע דומה צו די קיבריצער הינער און צו אינדיקעס, אויכעט צו פיפל-אקסן און דשזאבויס. די שאלה איז אבער נאר מחמת א מנהג, נישט קיין דאורייתא און אויך נישט קיין דרבנן. 

סאיז אויך פשוט א שאלה אין מציאות נישט אין הלכה, צו סאיז דאס זעלבע מין צו נישט.  

משא"כ די אנדערע זאכן וואס דו האסט אויס גערעכנט. זענען ריין הלכה שאלות.

די ווערעמדיגע פלאונדער פיש אמאל. איז א הלכה שאלה. 
צלמים .איז א הלכה שאלה, (ער ז"ל איז אסאך מאהל אזוי גערעכט געוועהן. און האט אויך פלענטי אויפגעטאהן ,למשל ביי עטרות פון טליתים, ואכמ"ל)

"די גאנצע מעשה מיט וואסער וואס מען נוצט שוין אזוי איבער הונדערט יאר . איז אויך נאר א דמיון אז עס איז דא ווערעם כלשון הבעל ערוך השלחן סימן פ"ד. "

אין הנידון דומה לראיה, דער ערוך השולחן רעדט פון באקצילען, BACTERIA GERMS

משא"כ דאס וואסער אין שטאט קען יעדער איינער  זעהן די ווערעם מיט די פליישיגע אויגן, - אויב ער האט א נארמאלע גוטע ראיה - סאיז א הלכהדיגע דאורייתא שאלה, שאפשר לברורי

סטראבעריס, איז אויך ממש כנ"ל

חלב איז געוועהן א פשוטער עם הארצות וחסרון ידיעה פון רבנים. אז ביי די גאנצע עלי פראסעסינג איז נישט דא עד היום הזה קיין איין מנקר מוסמך מיט קבלה!  וכדי בזיון וקצף


" זאל מען מברר זיין דורכן קאמפיוטער און די דזשינס . אויב דאס איז די זעלבע עופות. "
 א הלכה שאלה


"טאמער מען קען זיך פארלאזן אויפן קאמפיוטער ביי ספרי תורה און תפילינס וואס דאס איז דאורייתא."

שקר גמור קיינער פארלאזט זיך נישט אויפן קאמפיוטער אליין.

:צווייטענס . יתלה בביטול תורה . איז פשט אז ער זיצט אין א כולל און ער האלט נישט ביים לערנען . זוכט ער זיך סענזאציעס וואס צו טון. דאס מיינט די גמרא "יתלה בביטול תורה" ער זוכט צייט מבטל צו זיין . ער וויל זיך נישט פלאגן איבער אביי ורבא אדער א שטיקעל מהרש"א אדער מגן אברהם . פרייט ער זיך אז מען קען רעדן פון סענזאציעס.

אפשר ביזטו גערעכט אבער מי יודע צו פארדעהם האט דער בוכ"ע נישט באשאפן דעי מין כולל יונגעלייט...

קיעפ אפ די גוד ווארק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2007 19:08 לינק ישיר 

עבדעברי43
אזא תגובה איז אין מויל צונעמן, באגלייט מיט הומאר און גלוסט צו ליינעם, נישט אנגעפילט מיט האס און שנאה ווי שטענדיג, האלט אן אויף דעים מהלך וועסטו אלעמאל בעסער אנקומען.


דעם שרייבער האט מען חוסם געווען צוליב די עוולה פון שרייבן אינאפרמאציע איבער אנדערע שרייבער, וואס אפילו עס וואלט יא געווען אמת איז דאס אומ'יושר, און ארויסגעבן דעטאלן איבער יענעם איז פון די וויכטיגסטע תקנות אויף הייד פארק בכלל און פון חדשות אנ"ש בפרט.




תוקן על ידי שם_אחר ב- 05/06/2007 19:56:15




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2007 07:57 לינק ישיר 

איינס פין די חידושים וואס עס איז נישטא אויף דעם קיין אמת'ער גוטער תירוץ, איז דאס וואס מען עסט טערקי.
עס איז נישט דא אויף קיין מסורה, עס קומט פין אמעריקא, ווי אידען האבען נישט געוואינט, מען האט געזאגט אז עס איז אזוי ווי די טשיקענס, ווען עס האט גארנישט מיט די טשיקענס, עס איז אן אנדערע מין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2007 18:27 לינק ישיר 

די תרנגול המתקרי תרנגול הודו איז שוין אן אלטע אויסגעדראשענע פרשה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2007 07:28 לינק ישיר 

אויסגעדראשען אהן א תירוץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2007 16:32 לינק ישיר 

שלום היקר

פרשת דרכים דרוש ט"ו
ובזה נבא לכוונת הכתוב שדוד התפלל ואל תציל מפי דבר אמת עד מאד שכל הוראותיו וכל דיניו יהיו כדין שלא יכשל בהם, ועוד התפלל ואתהלכה ברחבה בהלכה הרווחת ופושטת בישראל וכיון שהוראותיו הם רווחות ופשוטות בישראל הוא סימן שהן כדין וכדאמרינן בעלמא אם הלכה רופפת בידך פוק חזי מאי עמא דבר. ואמרינן בפ"ו דפסחים שאמר להם הלל הלכה זו שמעתי ושכחתי אלא הנח להם לישראל אם אין נביאים הם בני נביאים הם, ונמצא שעשו כדין שאמר כך מקובלני מפי שמעיה ואבטליון. הרי שמה שישראל עושים הוא הוראה על אמיתות הענין. ואמר אע"פ שאני מתפלל לפניך שכל הוראותי יהיו כדין כהלכה הרווחת ופושטת בישראל לא בשביל זה אמנע את עצמי מלילך אצל מפיבושת אף שהוא מבייש אותי ואני שותק אלא ואדברה בעדותיך נגד מלכים ולא אבוש, ואע"פ שלא הייתי צריך לזה

אם הלכה רופפת בידיך ראה איך הציבור נוהג אדער פוק חזי מה עמא דבר איז א לשון הירושלמי עטליכע מאהל.

דער טערקי איז זיכער נישט קיין עוף טמא, לגבי דעם מנהג אז סזאל זיין נאכל במסורה איז דא דער מה עמא דבר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2007 19:11 לינק ישיר 

איך האב אמאל געמיינט אז באטשי האט געשריבען אז מען קען נישט ברענגען א ראיה להלכה פון א דרוש.

אין וואס איז דער פרשת דרכים?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2007 20:12 לינק ישיר 

עפשטיין

מרא דעלמא

די כוונה איז אז ווען איינער שרייבט אזאך ע"פ דרוש קען מען זיך נישט ברענגן פון דעהם אראיה להלכה

למשל ווען איינער שרייבט ע"פ מוסר ודרוש כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה, מיינט נישט אז ער איז מנסך יין
דאס מיינט אבער נישט אז יעדער ווס שרייבט א דרוש ספר איז א שקרן

סאיז בעצם א ירושלמי אבער דא האסטו א רשב"א

חידושי הרשב"א שבת מא.
וכל הני מילי מדרבנן נינהו והלכה כדברי המקיל, ופוק חזי מאי עמא דבר, וכאותה שאמרו בירושלמי (פאה פ"ז ה"ה) כל הלכה שהיא רופפת בידך ואין אתה יודע מה טיבה, פוק חזי מאי צבורא נהיג ונהג כן

טאמער טרעספטו א עפעס דרוש פון רשב"א און ער פארלירט ביי דיר דאס נאמנות, שרייב דיר וועל איך דיר ברענגען איין אנדערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נייע שערורי' וועגן די טשיקענס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext