| נשלח ב-11/6/2007 06:32 |
|
| |
אכציג פראצענט גיטין צוליב אינטערנעט?
אין די צעטלעך דרוקט מען כסדר אויסדרוקן פון רבנים איבער די שעדליכקייט פונעם אינטערנעט.
איינע פון די אויסדרוקן וואס קוקט מיר אויס זייער מאדנע איז וואס ווערט נאכגעזאגט בשם די רבנים, און שטאמט פון גאלאנטא רב שליט"א וואס זאגט אז ער זיצט ביי רוב גיטין צווישן היימישן עולם, און ביי אכציג פראצענט (אמאל האט עס געהאלטן ביי 85 פראצענט. ברוך ה', עס ווערט בעסער) וואס מען האט זיך ליידער געשיידט איז עס געווען צוליב דעם וואס מען האט געהאט צוטריט צום אינטערנעט.
עס איז א פארשטענליכע זאך אז אינטערנעט אינדערהיים איז נישט קיין געוואונטשענע זאך, ובפרט פאר די וואס זענען דערצו אנגעבונדן (עדיקטעד בלע"ז) אבער פון דארט ביז זאגן אז דאס איז דער סיבה צום גט, און אן דעם וואלט עס נישט פאסירט, איז אביסל א ווייטער וועג. עס קען זיין א גוטער אויסדרוק אפצושרעקן דעם ציבור, אבער איז עס דער אמת?
איך וואלט ענדערש געזאגט אז אויב זעט ער אז דער איד וואס גרייט זיך צו געבן דעם גט האט 'אויך' געהאט אינטערנעט, ווערט דאס שוין דער אפיציעלער סיבה צו דעם ווייטאגליכן שיידונג צווישן די פארפאלק.
וואס קלערט איר?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2007 06:37 |
|
| |
א פשטער שאלה זייט די עולם האט אנגעפאנגן זיך צו באניצען מיט די אינטערנט מיט וויפל זענען די גיטין ארויף.
איז אפשר די אנדערע טעמים אפשר אראפ.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2007 07:06 |
|
| |
עס איז דא גאר ווייניג גיטין ביי אונז ב"ה.
איך וואלט משער געווען, אז צווישען די חסידישער עולם, איז דא ווייניגער ווי הונדרעט גיטין א יאר. אפשר נאך ווייניגער. עס איז פשוט מיין השערה, נישט באזירט אויף קיין פאקטישע ידיעות, אויב איינער ווייסט בעסער זאל ער איבערגעבען.
פין דיע, זענען מן הסתם רוב אזעלכע וואס גט'ן זיך אין שנה ראשונה אדער שניה. דיע זענען פשוט אז עס האט נישט מיטן אינטערנעט גארנישט, עס איז אייביג געווען, פשוט די נישט געלונגענע שידוכים.
בלייבט איבער אזעלכע וואס גט'ן זיך שפעטער אין לעבען. באמת, איך האב שוין נישט געהערט פין א גט פין א מענטש מיט קינדער פאר גאר לאנג, אבער מען ווייסט אז ווען עס געשעהט איז עס מחמת ערות דבר, אין רובא דרובא פעלער, ווייל פאר שלום בית וואלט מען זיך געג'ט שוין לאנג......
און ממילא היינט צו טאג, ווען די קומיניקאציע איז די אינטערנעט, איז פשוט אז מען האט שייכות דורך די אינטערנעט, ממילא בלייבט דער אינטערנעט שולדיג אין גט.
אבער עס איז פשוט אז דאס איז אן איינפאכע טעות, ווייל פונקט אזוי ווי מען וועט נישט אסר'ן דעם טעלעפאן ליין, ווייל עס ווערט דורך דעם אדורך געפירט די ערגסטע אקציעס, האט עס גארנישט מיט די אינטערנעט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2007 18:48 |
|
| |
עס איז ליידער פיל פיל מער ווי הונדערט א יאר, אדרבא פרעגט דיר נאך ביי רבנים המסדרים גיטין, עס איז ליידער היינטצוטאגס גאנץ א פיינע פרנסה... א ביטער געלעכטער נעבאך...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2007 21:49 |
|
| |
שלום
ספעציעל מיט טעלעפון פארגלייך
אמרה לי אם, 85 פון גיטין זענען אריין געמישט דער טעלעפון, אין און 90 פראצענט א קאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/6/2007 08:03 |
|
| |
און 100% א מאן און א פרוי
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/6/2007 16:33 |
|
| |
געדאנקען
נאך בעסער
מדארף דאס אונטערברענגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/6/2007 18:46 |
|
| |
און וויפיל שידוכים איז דורכגעפירט דורך די אינטערנעט? ;) איך מיין אז ס'לעוולד זיך...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2007 00:23 |
|
| |
פאקט:
99.9% פון אינטערנעט באנוצערס גט'ן זיך נישט, סא, גאלאנטער רבי שליט"א .CUT THE B.S.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2007 00:29 |
|
| |
מען גט זיך ל"ע מער וועגען איבערגעטריבענע פרומקייט ווי וועגען אינטערנעט,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2007 07:27 |
|
| |
פרימקייט אויף וועמענ'ס זייט, די מאן אדער די פרוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2007 07:33 |
|
| |
געווענליך די פרוי.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2007 16:25 |
|
| |
נייעס באריכט
דער ווארט זאגער פון די באקאנטע ארגאניזאציע" דער אומאפיציעלע שרייבער פאראיין פון היידפארק' האט געלאזט מעלדן.
אין צוזאמען האנג מיט די מעלדונג פון איינען פון די גרויסע שלום בית/גיטין עקפערטן אז
'אכציג פראצענט שלום בית פראבלעמען איז צוליעב אינטערנעט אדיקשן'.
ווילן מיר מודיע זיין אונזער סטאטסטיק
אכציג פראצענט אינטערנעט אדיקשן קומט פון שלום בית פראבלעמען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2007 17:44 |
|
| |
און יעדען פאל ביסטו מודה אז עס איז דא א קאראלעשען (א קשר)צווישען אינטערנעט אדיקשן און שלום בית פראבלעמען.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2007 18:21 |
|
| |
די זעלבע קארעלאציע ווי דייעט סאדע צו פעטקייט
דוק ותשכח
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2007 21:41 |
|
| |
מיין פריינט דערציילט מיר, אז ער איז געווען פון די צוואנציג פראצענט וואס האבן נישט געוואוסט קיין צורת אינטערנעט, און האט זיך ליידער געמוזט שיידן פון ווייב צוליב אנדערע סיבות פון וואס רוב גיטין קומען היינט פאר... און אצינד ווען ער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו און איז עוסק דערין בהתמדה רבה ציטערט ער חתונה צו האבן ווייל ער וועט מעגליך זיין פון די איבעריגע אכציג פראצענט...
|
|
|
|
|