בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אכציג פראצענט גיטין צוליב אינטערנעט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2007 02:04 לינק ישיר 

דאס וואס די רבנים זאגן אז א סאך (רוב ?) גיטין קומען וועגען אינטערנעט, איז דאס א פאקט וואס זיי האבן דאס חוקר ודורש געווען, אדער איז דאס א השערה וואס קומט ווייל די ווייבער טענה'ן אז זי האלט אז דער מאן קוקט אויפן אינטערנעט? קען גאר זיין אז ביי רוב גיטין איז דא סתם רעגולארע פראבלעמן נאר דא האט מען ארייגעלייגט א טענה בפי הנשים, און זיי נוצן דאס ווייל ס'קומט גוט אויס כלפי CHILD CUSTODY וכו' וכ'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 03:14 לינק ישיר 

אנרגיה, קוק איבער די גאנצע דרשה פון גאלאנטער, און די וועסט האבן דער תירוץ.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 05:30 לינק ישיר 

עס איז דא א שפריך ווערטל אין ענגליש Who came first the chicken or the egg?

וואס איז קודם באשאפען געווארן א הינדל אדער אן איי (בבחינת אף צבת בצבת עשויה)

איז וואס קומט קודם, פראבלעמן אין שטיב וואס פירט צו צום אינטערנעט אדער טוט דער אינטערנעט גורם זיין פראבלעמן אין שטיב.

איך גלייב אז 80% פון די 80% וואס גטין זוך וועגן אינטערנעט האבן קודם געהאט פראבלעמן אין שטיב און דאס האט געפירט צום אינטערנעט.

און די רבנים קענען נישט האבן קיין טענות צו די וואס ווענדן זיך צו די אינטערנעט ווען זיי האבן פראבלעמן ווייל אונזער עולם האט נישט נארמאל צוגעשטעלטע מערידזש קאונסלינג וכדומה ווי אויך די סטיגמע ביי אונזער עולם אויב ווערט מען געוואר אז א פארפאלק גייט צו קאונסלינג. דאס נויגט דעם מענטש צו דעם גרינגערן און סודישער מיטל, דער אינטערנעט!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 06:42 לינק ישיר 

געדאנקען
אפשר קענסטו מיר ביטע מיט-טיילן די פונקטן וואס איז נוגע דעם ענין? אדער זאג מיר וואו איך קען זעהן די גאנצע דרשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 19:52 לינק ישיר 

עס איז נישט דא קיין קאונסלינג פאר היימישע אידען?

ווי וואוינט איר?<




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 20:51 לינק ישיר 

חןטוב
איך AGREE מיט פדן_ארם אז ס'איז כמעט נישט דא קיין נארמאלע מערידזש קאונסלערס, וואס זענן גוט געלערנט אויף דעם, ביים "היימישען" עולם. ס'איז נישט קיין נפקא מינה וואו מ'וואוינט. דער "היימישער"  עולם האט כמעט נישט וואו זיך צו ווענדן.  און אויב גייט מען שוין יא, זאל בעסער קיינער  נישט געוואר ווערן! ווייל אויב יא, ווייסט די גאנצע שטאט דערפון ביז 10 מינוט. אלע טעלעפאונן פון שטאט וועלן זיך צוקלונגן מיט די נייעס: YOU HEARD? איי דידנט נאו דעד דעי אר העוואינג פראבלעמס. יו דאונט נאו הא שי איז? הור מאטער איז עי ......... דעי אר מעחיטאנים וויט ......... וכו' וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 21:32 לינק ישיר 

אונזער עולם איז געבענטשט מיט 'מעריעדזש קאונסלערס', וואס האבן דורכגעבלעטערט דעם פאפולערן בוך פון זשאן גרעי:

Men are from Mars and women are from Venus

און דורך דעם זענען זיי איבערנאכט געווארן בארימטע פראפעסיאנעלן וואס ערלויבן זיך צו נעמען דעם געשוואלענעם פרייז פון ארום דריי הונדערט דאלער פאר א קארגע שטונדע און ברוך השם אז ווען מען גייט צו דעם חכם וואס זיין עיקר ארבעט איז אויסצוהערן די צוויי צדדים און מיט זיין איבעררעדנדער כוח דרייט ער איין סעסיע נאכן צווייטן און ווילאנג מען 'האלט אינמיטן' אויסארבעטן א דויערהאפטיגן שלום איז מען נאך האלב צוזאמען.

פארוואס א איד וואס האט זיך קיינמאל נישט געלערנט פאר דעם פאך, נעמליך, עס האט אים נישט געקאסט קיין פרוטה צו ווערן דער א.ג. בארימטער שלום בית קאנסולטאנט, זאל זיך וואגן צו נעמען אזעלכע רויבערישע פרייזן פון אידן וואס אויסער זייערע פראבלעמען אינדערהיים, וועלן זיי עווענטועל ווערן בעלי חובות פון צאלן די הימלדיגע סכומים איז מיר נישט באקאנט. מעגליך, אז טאקע ווייל עס איז דא אזא מאנגל, און גיין צו דרויסנדיגע וואס קענען נישט אונזער מהלך המחשבה און צוגאנג איז נישט קיין אפציע, האט מען נישט קיין סאך ברירות.

אידן וואס געפינען זיך אין אזא מצב זענען אפט זייער צובראכן און נידערגעשלאגן, און ווען זיי טרעפן א איד וואס זיצט קעגן איבער זיי און הערט זיי אויס און נייגט צו אן אויער צו זייערע, אפטמאל נארישע, קינדערישע פראבלעמען, שפורן זיי אז זיי האבן צו וועם צו רעדן, און דאס מאכט דעם מענטש קומען איין מאל און נאכאמאל, און יענער מוז אפילו נישט געבן קיין זאכליכע עצות.

ווידער, די רבנים וואס זענען די מסדרי גיטין, דערציילט מען אין גאס, אז זיי מאכן א לעבן פון יעדן גט, ווען זיי נעמען ערגעץ ארום די דריי אלפים (דעם פרייז האב איך געהערט שוין פאר עטליכע יארן צוריק. קען זיין אז היינט האלט עס שוין דאפלט, צוליב אינפלאציע?) זיי זוכן זיכער נישט אפצוהאלטן דעם גט, און זיי קומט בעסער אויס ווען מען רייסט ארויס די ווערטער 'הבאת שלום בין איש לאשתו' פונעם טעגליכן משנה וואס מען זאגט גראד צופרי ביים באגינען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 23:49 לינק ישיר 

די פרייז איז - נאך היינטצוטאגס - נאר ארום $2,000



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אכציג פראצענט גיטין צוליב אינטערנעט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.