בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

NYU שפיטאל פייניגט אויס פארפאלק מיט בלבול אויף טשיילד אביוז

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2007 06:09 לינק ישיר 
NYU שפיטאל פייניגט אויס פארפאלק מיט בלבול אויף טשיילד אביוז

די ניו יארק יוניווערסיטי שפיטאל באקאנט אלס NYU, האט זיך גענומען איבער א אומשולדיג פארפאלק פון וויליאמסבורג, און טיילט זיי אויס געבראטענע צרות אויף א הוילע בלבול.

ענדע פאריגע וואך איז א קליין האלב יעריג קינד אראפגעגליטשט פון בעט, און זיך צוקלאפט, די עלטערן האבן תיכף געטון וואס געטרייע עלטערן טוען און אריינגענומען דאס קינד אויף באהאנדלונג און אונטערזוכונג אין NYU שפיטאל, דארט איז דא דאקטאר א רשע (ליידער א פארדארבענע אפגעפארענע איד) וואס האט מיט בייזוויליגקייט געמאכט א פאלשן רעפארט, באשולדיגנדיג אז די עלטערן האבן אראפגעווארפן דאס קינד אויף די ערד בייזוויליג, און גאר אנגעהאקט די ביינער.

ער האט "מיט זיין גרויס גוטסקייט" גלייכצייטיג אלארמירט די סאשעל סערוויסעס (וואס זוכט די "סעיפטי" און וואוילזיין פון אייערע קינדער...) און די פאליציי, מ'האט צוגענומען זייערע קינדער און פארלאנגט אריינצושטעלן אין "סטעיט פראטעקטיוו סערוויסעס", און ארעסטירט דאס פארפאלק אויף קלאגעס פון טשיילד אביוז רח"ל.

עטליכע עסקנים וואס זענען באקאנט מיט דעם שפיטאל, האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין, און פרובירט אויפטון, בפרט ווען די עסקנים קענען דעם דאקטאר וועלכער איז טרויעריג באקאנט אלס א שלעכטער און רשעות'דיגער, אבער דער דאקטאר איז פארהארטעוועט און גיט נישט אויף, אויך ווען איינער פון די שפיטאל אויפזעער האט געמאלדן פאר די פאליציי אז לויט זיין אפשאצונג איז אזעלכע אביוז קיינמאל נישט פארגעקומען, האט דער דאקטאר איינגעלייגט וועלטן אז ער וועט נישט פארשוינען קיינעם פון די גרעסטע שפיטאל אויפזעער ביז דעם קלענסטן נורס ווען מ'וועט אים שטערן.

די שפיטאל באאמטע שטייען פאקטיש מיט פארלייגטע הענט און לאזן צו דאס אויספייניגן א איידעלע אומשולדיגע פארפאלק על לא דבר, מיט כל מיני עינויים און פייניגונגען ווערן זיי "אביוזד" דורך דעם רשעות'דיגן דאקטאר, און עווענטועל מיט די גוטהייסונג פון די שפיטאל באאמטע.

חברה הצלה האט אויפגעהערט טראגן אהין, אזוי אויך האבן זיך עטליכע אידישע פאציענטן ארויסגעשריבן פון די בלוטיגע רשעות'דיגע ווענט פון דעם גרויליגן שפיטאל NYU.

וועלכער איד וועט דען זיך וועלן העלפן אין א שפיטאל וואס אנשטאט צו העלפן טוען זיי די פארקערטע, זיי "אביוזן" דעם עולם, און ווייזן ארויס פיינטשאפט צו אידן מיט זייערע ווילדע און גרויליגע טאטן, יעדער ארנטליכער פאציענט וועט אוועקשטיין פון דעם רשעות'דיגן געזונט צענטער, ביז זיי וועלן ווייזן מער איינזעעניש און אביסל מענטשהייט כלפי זייערע פאציענטן, אידן און נישט אידן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2007 17:14 לינק ישיר 

What's the name of the doctor?            q



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2007 20:44 לינק ישיר 

איך מיין ער הייסט עפעס אזוי ווי דר. ריטש אדער ראוטש, (אפשר קאקאראוטש....)

כמעט יעדע הצלה מעמבער וועט דיר קענען ענטפערן אויף דעם.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2007 23:01 לינק ישיר 
דר. רוח

דר. רוח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2007 23:14 לינק ישיר 

There are very few people in the heimishe community who know the ins and outs of the Family Protective Services, but there are people who nebech had prior experience with them and perhaps they can give some advice on how to work things out with them.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2007 03:09 לינק ישיר 

איך וויל קיינעם חלילה נישט בארירען

אבער וואס זאל איך טאן אז איך ווינדער מיך, פארוואס זאל א איד א דאקטאר מאכן אזא באשולדיג?

אפשר איז די מעשה נישט אזוי אינגאנצן?

אפשר איז די משפחה יא עפעס שולדיג?

איך אנטשולדיג מיך שוין, פארן פרעגען, פאר יעדער שרייעט מיך אן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 03:22 לינק ישיר 


געדאנקען



תוקן על ידי trant_lott ב- 15/06/2007 3:24:14




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2007 06:51 לינק ישיר 

געדאנקען,
עס קען זיין, אבער עס איז שווער צו גלייבען אז די בלאט וואלט געשריבען א ליגענט אזוי פרעך און גראב.

אגב, איך געדענק נאך אלץ אינגעל ווען מען האט געשמועסט וועגען אן אומשולדיגע משפחה וואס מען נעמט צו די קינדער וועגען זיי זאגען אז זיי האבען געשלאגען זייער קינד, אינדערצייט וואס דער קינד איז אינגאנצען אראפ געפאלען פין א בעט. (אפשר גאר א שטאק שטיגען).

היינט ווייס איך די אמת.

איין זאך איז זיכער אז שרייבען אין די בלאט די וועגען איז נישט קיין טובה פאר די משפחה אויב מענטשען קענען האלטען אז יש דברים בגו. ד.ה., טאמער רעדט מען פין א משפחה וואס עס איז דא אפילו איין פראצענט שאנס אז עס זאל טאקע זיין במתכוין, איז עס א געוואלדיגע עוולה פאר די משפחה.

די מעשה שטימט עפעס נישט אזוי, אבער דערווייל קען איך באשטיין צו גלייבען אז ער איז "אומשילדיג". הגם רעדען צו נערסעס און דאקטוירים קען ער זיכער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 21:24 לינק ישיר 

באקומען אין אישית:

Please post for me I don't have permission to write.
The doctors name is Dr. Rauch his info from the NYU ebsite is at this link
http://www.med.nyu.edu/clinicians/rauchd02.html

Thanks





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2007 21:34 לינק ישיר 

איך קען נישט די באטרעפנדע פארפאלק, אבער איך בין נאנט מיט איינעם פון די עסקנים וואס העלפט זיי ארויס, און ער קען די משפחה, און אויך די פרטים פון די מעשה ארום און ארום, די עלטערן זענען טאטל אומשולדיג, פיינע רואיגע מענטשן, מיט א קליינע משפחה, און זיי זענען געפאלן קרבנות צו א וויסטן אנטיסעמיט.

ס'איז דא א מענטעליטי ביי "בעסערע" דאקטוירים, און אנדערע אפיציעלע מענטשן "בפרט" אפגעפארענע אויפגעקלערטע אידן צו האסן פרומע אידן מיט זייער גאנצע הארץ, דאס זעט מען ביי שטאטישע אפיסעס, ביי פארשידענע קאמפעניס ביי ביזנעס צוזאמענקונפטן וכדומה.

דאקטוירים האבן א עקסטערע ענין אראפצוקוקן די "גרויסע פרומע משפחות", זיי קוקן זיי אן עפעס ווי "וואס דארפט איר אזויפיל קינדער", דעריבער קוקן זיי אן אלעס מיט אן אנדערע בליק, און דא קומט צו זייער האס און שנאה, און זיי גיבן עס ארויס ווי זיי טרעפן א געלעגנהייט.

ביי דעם רשעות'דיגן דאקטאר בפרט, ווייסן שוין פיל חברי הצלה צו שטיין אוועק פון אים, אויך עסקנים האבן זיך שוין אפאר מאל אין אים אנגעשטויסן ווען ער האט פרובירט מאכן פראבלעמען אין די פארגאנגענהייט, (כאטש נישט אזוי שטארק און מיאוס ווי יעצט).

איך פארשטיי ב"ה נישט די מהלך המחשבה פון די רשעי ישראל, אבער איך זע אז אויב ווילסטו אמת'דיג דאס פארשטיין, קוק אן אזא "גוטהארציגער" שרייבער ווי "געדאנקן", קוקט אויס זיין חכמה מיט גוטסקייט פארשטייט יא  דעם דאקטאר און זיין רשעות...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2007 17:24 לינק ישיר 

טאמער איינער ווייסט ווערט ער געבעטען איבער צו געבען.

ווי אזוי ארבעט די סיסטעם??
אויב איינער האט א קינד וואס ווערט צוקלאפט, קען מען זאגען אז די פאטער אדער מוטער האבען דאס געטוהן, און פארדעם נעמט צען גלייך צו די קינדער??




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2007 23:02 לינק ישיר 

שלוםשטוב,

פון די בלאט איז נישט קיין ראי, עס איז פול מיט אמת, בלשון סגי נהר.

emt, איך האב מיך אנטשולדיג פאר איך האב נאר געפרעגט, איך האב געוויסט אז נאר פרעגן אזא קשיא בין איך א רשע וכו.......... בפרט אז איך בין נאך אזוי מקנא סקווירא

צוריק צו מיין פונקט, אמעריקע איז א ציוועלע לאנד מיט געזעצן, עס מאכט מיר פשוט נישט קיין סענס אז א דאקטאר קען באשולדיגען אומשילדיגע מענטשען אן קיין שום באווייז, עס איז דא יוסטיץ סיסטעם.

דער דאקטאר ווייסט דאך אז דער אמת וועט דאך ארויס קומען און אויב ער איז א ליגענער וועט ער פארלירען זיין זשאב!

איך פארשטיי אז אידן זענען דאך רחמנים בני רחמנים, אבער אויפן קינד דארף מען אויכט רחמנות האבן נישט נאר אויף די טאטע מאמע.

נאכמאל עס קען זיין און מן הסתם זענען די טאטע מאמע נישט שולדיג, אבער די וועג וויאזוי מען באשימצט דעם דאקטאר מאכט מיר נישט עפעס קיין סענס, סעציפעיל אז אויב ער איז א איד א שומר תורה ומצות, אזוי ווי איינער האט געשריבן, גייט דאך עס אריין אין "מוציא שם רע", ווייל ער גייט נישט מיט אן גרויסן ביבער הוט און א רעקל מיינט נאך נישט אז ער איז פון די רשעי ישראל

עס איז שוין צייט צו דיעלן מיט פראבלעמען נישט עס סתם אפלייקענען ווי גלייך עס עקזאסטירט נישט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2007 05:34 לינק ישיר 

Gedanken
I'm not familiar with this particular incident, but your comment sounds naive

yes! there is absolutely no problem for any doctor or official to frame a person into a total libel, open your eyes to real facts, it happens every so often, for whatever reason or no good reason a doctor could write a report, and now you go to court to fight it





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > NYU שפיטאל פייניגט אויס פארפאלק מיט בלבול אויף טשיילד אביוז
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext