די וואך האט מען אויסגערופען ברבים א "חרם" אויף הרב מנחם זילבער דער געקרוינטער ראב"ד פון די התאחדות אין סאטמארן ביהמ"ד אויף ראדני סטר. אין ווילאמסבורג.
עס גייט שוין אן א לאנגע צייט א שטרייט אין מלחמה צווישן איצא גליק און הרב מענדל זילבער פון די התאחדות מיט הרב יהושע העשיל וואלהענדלר שליט"א א מחבר ספרים אין א באוויסטער מסדר גיטין אין ווילאמסבורג.
לעצטע וואך דינסטאג איז די התאחדות דורכגעפאללן נישט קעננעדיג מסדר זיין א קאמפליצירטן גט ווי סהאט זיך געהאנדעלט איבער א געוואלדיגע מצוה פון התרת עגונה ווי ליפא קרויס א קרוב פון דעם מאן מיט מענדל זילבער האבן געמאכט צווישן זיך א יד אחת נישט צו דערלאזן אז די פרוי זאל באקומען א גט.
דאנערשטאג בייטאג איז דער גט מסודר געווארן דורך הרב יהושע העשיל וואלהענדלר שליט"א און חבר בית דינו הרב הגאון מוהר"ר שניאור זלמן בערנבלוט ז"ל.
ר' מענדל זילבר האט זיך געלאזט הערן אז דער גט טויג נישט און האט אויפגערודערט די שטאדט מיט זיינע צווייי שותפים איצא גליק אין ליפא קרויס.
נאך פערשידענע התראות בית דין האט הרב יהושע העשיל וואלהענדלר געהאלטן א דרשה ווי ער האט געזאגט "אז הרב מענדל זילבער איז א מספר אחר מיטתו של ת"ח, און אז ער קומט נישט צו לקרסולי קרסוליו פון רב בערנבלוט ז"ל כידוע, און האט מכריז געווען דעם חרם פונעם ר"ת תם ותלמידיו וועגן הוצאת לעז על הגט און אז מען טאר נישט שטיין אין זיינע ד' אמות.
די אלע אידען וועלכע זענען געווען דארט אין ביהמ"ד האבן באלד מקיים פסק געווען און האבן זיך אפגערוקט פון עהם כדת וכדין. ער האט זיך פראבירט פון דערווייטענס צו פארענטפערן באמתלאות שונות.
מען האט עהם אפגעענטפערט אז דער חרם איז בתוקפו ביז ווי לאנג ער וועט נישט ווייזן א פסק אויף פארקערט פון הרב וואלהענדלר.
רב וואלהענדלר האט אויך אנגעוויזען אויף גראבע טעותים וועלכער ער שרייבט אין זיין ספר מאזני צדיק און אז ער טאר נישט מסדר גיטין זיין ווי לאנג ער קען נישט הלכות גיטין. נישט לאנג צוריק האט מען האט אין לאנדאן געפסעלט א גט פון הרב מענדל זילבער לויט די הוראה פון הרב אליישיב אין אנדערע רבנים פון יוראפ אין ארץ ישראל.
און די כוללים האט מען זיך גענומען לערנען הלכות נידוי וחרם כדאי צו וויסען ווי אזוי אומצוגיין מיט דעם רב המוחרם.
תוקן על ידי allnewspic ב- 15/06/2007 21:54:41