בית פורומים באבוב

די וואך אין בי"ד: 48 "שאקירט" 45 ארבעט פעסט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/6/2007 10:33 לינק ישיר 
די וואך אין בי"ד: 48 "שאקירט" 45 ארבעט פעסט!

 

 

די רבנישע וועלט די טוענים אין בוררים וועלן נאך זיצן יאהרן לאנג אין שטודירן די שטיקל ארבעט וואס 45 האט אהערגעשטעלט די וואך.

 

טאמער אונז [48] האבן געמיינט אז אונז קענען מיר זיך שפילן מיט די באבוב'ע ליסטע אין אראפנעמען וועמען צו שמעקט אונז נישט אין צולייגן וועמען עס שמעקט אונז יא.

 

טאמער האבן אונז געמיינט אז די השפעה אויפן בי"ד קומט פין בילדער אין צייטונגען אדער פין דעליווערן פרעמדע געסט צו די חתונה אדער דורך שרייען אין בי"ד אז מ'קען קומען קוקן שבת ביינאכט אין בימ"ד.

 

אויב איז דאס געווען אונזערע מהלך ביז היינט וועט דאס גאר שנעל מוזן ווערן געטוישט.

 

45 האט די וואך געברענגט אין בי"ד א ליסטע פין די באבובע חסידים אין צו יעדער נאמען איז געווען מחובר א פייל וואס האט קלאהר אויפגעוויזן מיט ראיות אין עדות אויף יעדן יחיד לגבי אלע קשרים וואס יענער האט מיט באבוב.

 

למשל אויב יענער דאווענט אין באבוב אין אויב נישט ווי ער דאווענט יא

למשל אויב יענער האט א זיץ אין ביהמ"ד אין אויב נישט ווי יא

למשל אויב יענער האט קינדער אין די מוסדות אין אויב נישט ווי יא

למשל אויב איינער מאכט די שמחות אין באבוב אין אויב נישט ווי מאכט ער יא.

 

וכו' וכו' יעדן איינעם א גאנצע פייל מיט אלע פרטים.

 

אין מיט די נייע רשימה אין פיילס זענען זיי צוריק איבערגעגאנגען די גאנצע ליסטע אין קלאהר אויפגעוויזן אז אלע זייערע מענטשן פין די רשימה זענען באבובע חסידים אין אז אלע וואס אונז [48] האבן אראפגענומען האט נישט קיין פשט אין אלע וואס אונז  האבן מיר צוגעלייגט איז בכלל א חוזק ווייל זיי האבן מיט באבוב גארנישט קיין קשר אין אונז האבן זיך נישט געקענט מער דינגען ווייל אויף יעדער נאמן וואס אונז האבן געוואלט טשעפענען האט די בי"ד גלייך געעפענט די פייל אין מ'האט געזעהן די אמת.

אזוי אז אונזערע אלע באבע'ס מיט אלמנות מיט פלעטבוש זענען ארויסגעפלויגן פין די באבובע ליסט אין זייערע 250 נעמען זענען גאנץ שנעל צוריק געקומען צו זייערע פלאץ אויפן באבובע ליסט אין אזוי אויכעט האבן אונז פארלורן 75 פין די רשימה.

 

[וויכטיג צו באמערקן: אז די 45 האט גענוצט די קאטגאריעס וואס אונז אליינס האבן מיר פארגעשטעלט פאר בי"ד אין לעצטע בי"ד כדי צו וויסן ווער מעג גערעכנט ווערן פאר א באבובע אין ווער נישט!!]

 

ס'האט זיך פין דעם רשימה אויכעט ארויסגעשטעל אז א.א. לעזער נישט נאר אז פרעזנעטירט שטארק הרב צבי מאיר זילבערג אין נישט נאר אז זיינע קינדער זענען נישט קיין באבוב'ע נאר אויכעט אז ער האט שוין נישט פאר איבער 10 יאהר קיין איין איינקל וואס זאל לערנען אין די באבובע מוסדות! אין דאס איז נאך א ראיה צו די טענה פין 45 אז אברהם אהרן מיינט גאהרנישט באבוב אין ער מיינט נישט דער רב שליט"א נאר אלעס טוט ער פאר זיין אייגענע אינטערעסן פאר זיינע פריוואטע ביזנעס'ן אויף באבוב'ס נאמען.

 

45 האט געטנ'ט פארן בי"ד אז זיי האבן 52.01% פין באבוב אין אז זיי האבן נאך אסאך מער וואס האבן זיך נישט ארויסגעשטעלט אין אז זיי פארלאנגען "בחירות" ווי אמשנעלסטן.

 

אונז [48] האבן פארלאנגט פין בי"ד אפצושטיפן די נעקסטע זיצונג פין חודש תמוז צו חודש אב ווייל אונז זענען שטארק צומישט אין פארלוירן פין 45 ליסטעס אין מ'מיז האבן אסאך צייט כדי צו ענטפערן אויף דעם.

 

נאך א שטיקל פארלוסט האבן אונז געהאט ווען בי"ד האט צוריקגעויזן אונזערע פארלאנג אז זיי זאלן חתמנ'ן פאר די באנק אז מ'קען אונז געבן די מארגעדז פין 11.000.000 $ אויף די בנות ציון נאכדעם וואס די באנק האט עס צוריקגעוויזן נאכדעם וואס 45 האט זיי מודיע געווען אז די בנין ליגט אין א מחלוקת.

 

בי"ד האט עס אפגעזאגט טענה'דיג אז וויבאלג עס גייען ממילא אריבער 500 מידלעך צו 45 איז עס נישט מער קיין עמערדזענסי אין וויבאלד אויב 45 וועט באקומען די בילדינג נאך די די"ת וועט עס זיין פאר זיי א נזק אויב מען בויעט יעצט אין זיי וועלן עס דארפן אראפווארפן.

 



תוקן על ידי פאפקארן ב- 17/06/2007 10:32:52




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2007 10:57 לינק ישיר 


א ווענדונג צו אונזער טייערע ברודער שיחי' אין 48

גרייט אייך צו דעם מצב - אז עטליכע בנינים נכסי הקהלה וועלן אריבערגיין צו אונז ע"פ תורה  -  און דעם נאמען באבוב וועלן מיר זיין שותפים

לאטס ענק זיך נישט פארפירן פון ענקערע פארפירערס - וואס רעדן ענק איין אז עטץ גייטס געוואונען דעם דין תורה - ווי דער מצב זעהט אויס ביים בית דין - איז על פי תורה גארנישט אזוי פויגל'דיג פאר ענק
 
גרייט ענק צו באצייטענס - עס זאל ענק נישט כאפן ביי א סורפרייס  

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2007 17:26 לינק ישיר 

דער טוען פון 48 ר'י.ג.האט פארגעשטעלט פארן בית דין די גרויסקייט פון די פארגאנגענע חתונה מיט אירע טויזענטער באבובער חסידים ביי די סעודה און ביים מצוה טאנץ,עין לא ראתה.

 (וועלענדיג מיט דעם אויפווייזען דיגרויסקייט פון48 )

האט דער בית דין אים געזאגט: ברענג אונז א ליסטע פון די נעמען וואס זענען געווען אויף די חתונה, וועלן מיר קענען מברר זיין דעם אמת דערפון.
 
דער טוען איז געבליבן מיטן צונג אינדרויסען, און די נציגים פון 48 האבן זיך געביסן די ציין!!

הדבר שמביא לידי גיחוך
ווער לאכט היינט-צו-טאג?


_________________

 

 



תוקן על ידי לאןאתההולך ב- 17/06/2007 17:29:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2007 10:25 לינק ישיר 

נאר מיט געדולד וועט די נערווען נישט פלאצן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > די וואך אין בי"ד: 48 "שאקירט" 45 ארבעט פעסט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext