ענייני כשרות
די הודעות גייט ארויס קומען מיט פלאקאטן גלוי לכל המדקדקים בכשרות ולכל בית ישראל.
הגאון רבי יצחק לעבאוויטש שליט"א רב בוואודרידזש נ"י יצ"ו געהט דאס יאר מער נישט קיין הכשר אויף די
פיצא סטאר אין וואודרידזש . עס האט נישט קיין שום היימישע הכשר. נאר פון די ברויער קהילה.
א יונגערמאן גייט ביז צוויי וואכען עפענען א היימישע פיצא סטאר אין וואודרידזש מיט א היימישן הכשר פאר יודען מדקדקים בכשרות.
אויך די פליישיגע יוני קעיטערערס אין וואודרידזש האט נישט קיין היימישע השגחה לעת עתה.
דאס זעלבע איז מיט די אייז קריעם סטאר און פיצא ביי די 4 קארנערס . האט נישט קיין היימישע השגחה.
די קולות וואס איז איינגעפירט ביי ברויערס השגחה KAJ איז נישט אויסגעהאלטן פארן היימישן ציבור.
עס איז בבחינת ירד ירדנו. אז מען הייבט אהן צו עסן מיט די מיני השגחות . הויבט זיך אהן די ירידה אין כשרות אין די משפחה. און די קינדער וועלן שוין פארן מיט א שטאפל נידריגער רח"ל.
די וואודבארן פיצא סטאר אויף מעין סטריט. באלאנגט שוין מער נישט צו בראך . און עס האט אויך מער נישט קיין היימישע השגחה.
בדרך אגב . אלע דרינקס וואס ווערן לעצטענס פארקויפט אויך אין די היימישע געשעפטן וויא למשל די נייע דרינקס וואס קומט מיט אלע קאלירן און עס הייסט אז עס איז אריינגעלייגט ALOE דזשוס. האבן נישט קיין שום השגחה. נאר פון די או יו
וואס די או יו מאכט אלע פלעיווארס אהן משגיח תמידי. און פאר לאזט זיך אויף זייערע קולות ביי די דרינק עניינים. עס איז נישט געמאכט געווארן פאר היימישע מדקדקים בכשרות נאר פאר די אמעריקאנער גאס.
ולהשומעים יונעם ותבא עליהם ברכת טוב א פרייליכן כשרן געזונטן זומער.
 |
|