דוד עקשטיין: קומענדיגן זמן זוך דיך א נייע מוסד!
ווי גוט האט געזאגט נחום ראזנבערג אויף זיין האטליין, ווי לאנג ר' אהרן ט"ב (טאליבאן) וועט זיך האלטן מיט זיין דוד עקשטיין וועט ער פארלירן חסידים איינס נאכן אנדערן.
דער רודן און דיקטעטאר דוד עקשטיין האט באשלאסן צו רעאגירן מיט אן אייזענעם פויסט צו אלע יונגעלייט און בעלי בתים וואס האבן געהעצט קעגן זיין רעזשים און פארלאנגט נייע וואלען. די לעצטע פאר וואכן זענען מענטשן אריבער גערופען געווארן צו קהל'ס אפיס איינס נאכן אנדערן און מען האט זיי געזאגט אז קומענדיגן זמן זאלן זיי זיך גיין זוכען א נייע מוסד און א נייע שטאט ווייל מען וועט נישט צוריק אריינעמען זייערע קינדער אין די מוסדות.
מיינט נישט אז מען רעדט דא פון שטריקעס און אויסווארפען, ניין! דוקא איידעלע יונגעלייט, אנשים חשובים. מען האט געזוכט עבירות אויף זיי פון אונטער די ערד אלעס ווייל זיי האבן זיך געוואגט נישט צו גיין אין שפאן פון עקשטיין. איינער פון די קרבנות איז א חשובער ראש הכולל פון א כולל וואס איז געעפנט געווארן פאר שוואכע בחורים, על אפו וחמתו פון דוד עקשטיין וואס האט אנגעקוקט די כולל ווי א שרעקליכע סכנה פאר זיין רעזשים. דער איד איז געווען א פארברענטער ארוני, אבער ווי מען שמוסט איז ער ביטער ברוגז אויף ר"א זייט מען האט ארויסגעגעבן די גזירת גירוש אויף עם און ער בלאזט אויף עם זייער ביטער.
און אזוי טוט מען ביי די ארונים בידים פארשיקן איין חסיד נאכן צווייטן.
תוקן על ידי אידעלע ב- 28/06/2007 9:44:32
 |
|
|