| נשלח ב-5/7/2007 18:37 |
|
| |
וועלכע ווייטאמינס זענען דאס מערסטע מהודר?
איך שטויס מיך אייביג אן אין א פראבלעם ווען איך דארף קויפן ווייטעמינס, רוב אויפגעכאפטע ווייטאמינס פון גוטע ברענדס, און טאפ קוואליטי האבן אדער גארנישט קיין השגחה אדער או. יו. וכדומה,אין די לעצטע יארן איז שוין יא דא אפאר היימישער השגחות אויף גוטע ווייטעמינס אויך, וועלכע איז באמת די מערסטע אויס געהאלטן?
איך ווייס אז די פאפולערע "פרידא" קאמפעני האט די לעצטערע יארן אויך א גאר היימישע השגחה, וואס טוט זיך מיט די אנדערע?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/7/2007 20:53 |
|
| |
דאס רוב ווייטאמינס דארפן נישט אזא גוטע השגחה,
די שאלות זענען הויפטזיכליך אויף די קעפסולס צו סאיז דשזלאטין, די אינגרידיענטס זענען בדרך כלל נישט קיין מאכל, מען עסט דאס בכלל נישט נאר משלינגט דאס אראפ ווי א מעדיצין, הן אמת נישט גלייך זיך צו שטאפן מיט א טריפות, אבעל סאיז נישט קיין אכילה.
די איינציגע זאך וואס דארף א גוטן הכשר איז פיש אויל. ווייל דאס איז א מאכל, און סקען קומען פון דגים טמאים.
סדא געוויסע ווייטאמינס פון שעקלי, וואס סטאר K זאגט אז סאיז כשר נאר זיי קענען נישט געבן קיין הכשר וועגען ביטול איסור לכלתחילה.
איך האב נאר מעורר געוועהן, ותן לחכם ויחכם עוד.
פריעדא איז נאך אלץ דאס בעסטע. דאס בעסטע
אגב ווער איז דער אנדערע היימישער הכשר?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2007 01:47 |
|
| |
ווייטאמינען דארפן בפשטות יא א עהעריגע גוטע השגחה, קודם כל האלטן דאך רוב פוסקים אז ס'איז געהעריג א מאכל בריאים, און מ'נעמט דאס אויך דרך אכילתו.
בנוגע די אינגרידיענטס און באשטאנדטיילן, איז דאס פיל מער קאמליצירט ווי דו מיינסט.
צום ערשטן, ווערן כמעט אלע ווייטאמינען באשמירט מיט א קאוטינג, דער קאוטינג מוז נישט זיין קיין טרפות, אבער ס'קען יא זיין נבילות וטריפות שפן וחזיר.
צווייטנס, די גאנצע וועלט פון אינגרידיענטס איז אזוי פארוויקלט אז מ'קען גארנישט אויסרעכענען היינט, אין א קליין אומשולדיגן טאבלעט קען ליגן מערערע אומבאוואוסטע באשטאנדטיילן, אריינגערעכנט טריפה'נע זאכן.
אין דעם כשר'ן ווייטאמין אינדוסטרי איז יארן לאנג געווען נאר מיט שוואכע השגחות, אפילו די גרויסע קאמפאניס מיט חסיד'ישע השגחות זענען געווען פון די שוואכערע, און א טייל האבן נאך ביז היינט גאר שוואכע השגחות, פיל ערליכע אידן האלטן זיך צוריק פון קויפן די שוואכערע השגחות, אבער א גרויסער עולם מיינט אז "נאטורליך" מיינט אויך "כשר", און מ'קויפט נעבעך פון די השגחות וואס זענען גארנישט ווערט. נאך מער, א טייל פון די קאמפאניס האבן ניטאמאל אפילו אן או יו צו אן או קעי, דאס ווייזט אויף די שוואכע קלאס כשרות וואו זיי שטייען איין, און דאך האט עס פון די שוואכע (חסיד'ישע) השגחות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2007 19:26 |
|
| |
די כשרע וויטאמינען זענען די זעלבע קוואליטעט ווי די אנדערע?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2007 19:28 |
|
| |
ראקלענד
ווייטעמינס דרך אכילתו?
אפשר ווילסטו עסעון א פיצא איינגעוויקעלט אין פלעסטיק?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2007 21:33 |
|
| |
איך פסקען נישט יעצט, אבער פון די פשטות השו"ע והפוסקים ביי בלע מצה און בלע מרור, איז טאמער האט עס נישט קיין שום טעם איז אין דרך אכילה בכך, ווער רעדט נאך טאמער איז אין א קעפסול, איז עס ווי כרכן בסיב וואס סהייסט בכלל נישט קיין דרך אכילה.
|
|
|
|
|