נאר פריילך, טו א טובה און הער אויף מיט די פערדעריי.
איך גיי נישט זאגן אז ביים ברך משה איז געווען 100 טויזנט מענטשן, ווי דער ציפער האט זיך גוט פארקויפט אין די גאס, אבער ס'איז קיין ספק אז מ'קען נישט פארגלייכן די צוויי. ביים ברך משה איז גאנץ זיכער געווען נאנט, אויב נישט מער, ווי 10 טויזנט מענטשן (אין די עכטע וועלט...), און דא זענען געווען קוים 3 טויזנט מענטשן.
דער צווייטער חילוק איז אבער, אז ביים ברך משה איז געווען א ריזיגער טראסק און פראפאגאנדע, ווידער דא איז די איינציגע פראפאגאנדע געקומען בלויז פון די פאשקעווילן וואס יצחק ווייס וחביריו האבן אויסגעקלעבט אין ירושלים... און די בלויזע שמועה אז דער וועלט בארימטער גאון וצדיק קומט צו פארן האט ארויסגעברענגט טויזנטער אידן וועלכע זאלן קומען מקבל פנים זיין דעם מנהיג הדור פון אמעריקע.
ס'איז געווען קלאר פון פאראויס אז דא רישט מען זיך נישט אויף קיין גרויסן ציבור, אין מיינע אויגן איז דער ציבור א גרויסער איבערראשונג. אבער דער עיקר זענען די דרשות ביים געהויבענעם מעמד, אנגעהויבן פון ירושלימ'ער רב וועלכער האט נאכגעזאגט א ווארט וואס רבינו שליט"א האט געזאגט ביים קבלת פנים פארן ירושלימ'ער רב אין אמעריקע, צו די דרשה פון ירושלימ'ער ראב"ד איבער רבי'נס גדלות וואס ער האט דערקענט פון דער נאנט, ביז די פייערדיגע הערליכע דברות קודש פון כ"ק רבינו שליט"א וואס וועט נאך האבן א ווייטגרייכנדן אפעקט אין אלע הינזיכטן (ווי מען וועט גאנץ זיכער נאך זען און הערן).
ועל זה גאוותינו!
 |
|
|