|
|
| נשלח ב-16/8/2007 22:28 |
|
| |
ווייסט עמיצער פארוואס די פאלגענדע רבנים זענען נישט געווען ביים קבלת פנים?
די שרי התורה הגאונים הצדיקים רבי יושע ראזענבערגער שליט"א, רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, רבי יעקב מענדל יוראוויטש שליט"א אלע 3 חברי הביד"ץ.
דער מחותן פונעם מאנראוער רבי'ן, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג קהל עדת ברסלב.
והעולה על כולנה אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט נשיטג עפינען פאר וויכטיג זיך אומצוקערן אטהיים פון זיין אפרוה ארט אין אראזא.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 22:40 |
|
| |
זייער פשוט,
זיי האלטן אז ער איז די סוטרא אחרא, אז ער האט געריפן זיין טאטען אין קאורט, אז ער האט גע'גנב'ט זיין טאטענס הויז אין ק"י, ער איז מאכיל נבילות וטריפות פאר טויזענטער אידן פון זיין בית השחיטה, און ער פירט אראפ דעם סאטמאר'ן אידענטום פון אידישקייט...
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין ?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 22:51 |
|
| |
דוד 46 אין פארוואס האבן זיי יא געפונען פאר וויכטיג אים אפציווארטן ביי ירושלימער רב'ס הויז ווינדערט דיך נישט? אין די בלאט איז דא זייער קלארע פיקטשערס דערפון
אין דרך אגב זיי זענען אויך געווען ביים קבלת פנים
אין בכלל זעה איך ווי די ביסט זייער ציווילדעוועט שרייבסט נערישע תגובות אין אלע אשכולות, די רעדסט נאר פאר דיר, אדער אין נאמען פון אלע אויסגעשפילטע זאליס?
איך האב א עצה טוה ווי די אנדערע זאליס טוען, ביי אזא פאל ווען עס גייט זיי אין די אדמה זאגט מען
"איך האב גארנישט מיט זלמן לייב"
תוקן על ידי העטעכפעטעך ב- 16/08/2007 22:58:31
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 23:27 |
|
| |
דער רבי איז פריער געווען ביי הגה"צ הרב יוראוויטש שליט"א
הרב יוראוויטש האט געוויזן פאר'ן רבי'ן עטליכע שאלות בעיני שחיטה
אויפן טיש האט הרב יוראוויטש אראפגעלייגט שטיקער פלייש און מ'האט דן געווען דערויף.
עס האט אויסגעזען ווי דער סאטמארער רבי איז א אינטערנאציאנאלע מומחה אין שחיטה וניקור.
אבער ארונים פרייט זיך נישט...
יוראוויטש איז אים א שונא עצום. ער איז בכלל נישט געקומען נעכטן.
ער האט נאר געוויזן די פליש אלס א SHOW. אדער דזשאוק?
אמת?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 23:30 |
|
| |
איך קען עס פשוט נישט פארשטיין אז נאכדעם וואס "צענדליגער טויזנטער אידן האבן געטאנצן אין די גאסן" פילן זיך דיאהרונים אזוי אפענדעד?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 23:41 |
|
| |
אונז זעמיר שרעקליך אפענדעד אז רב יוראוויטש מאכט דאס גענאר מיט סאטמאר רבי, דא בויקאט ער די אבן הפנה דעם אנדערן טאג מאכט ער זיך טעמיש מיט רויע שטיקלעך פלייש.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 23:47 |
|
| |
רבותי
ביטע נישט ענטפערן פאר דעם טיפוש דוד46 ער איז נישט דא אראפציברענגן פאקטן, ער איז א שליח פון רז"ל אין בן פראדל צי מינימאזירן מיט וואס מעגליך מיט ליצנות מיט ליגענטס מיט יעדן טואל וואס איז אין זיין פאזיציע, אין אזוי ארום צי בארואיגען די צישאסענע זאלונים וואס קענען זך נישט הייבן די קעפ, אלזא מיט ענטפערן שפילט איר מיט מוט איהם אין מען העלפט אים צו, אלזא זייטס מקיים וואס שלמה המלך זאגט אין משלי
אל תען כסיל כאולתו פן ישוה לו גם אתה, דאס טייטש ענטפער נישט פאר דעם נער ווייל מען וועט דיך נאך אויך האלטן פאר א נער, ווי זאגט די וועלט
די "הונט" בילט אין די באן פארט ווייטער
עי' ערך זאלי כא כסלו תשסא
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 23:54 |
|
| |
ֿאז מען האט נישט וואס צו ענפערן פאר אזא הצלחה, מוז מען אנהייבן באיקאטירן. גאנץ א שיינע דערגרייכונג.
אגב, עס איז זייער דערקוויקענד פאר סאטמארער חסידים צו זען אז ווען אימער דער מאנראוער פארט ערגעצוואו מוזן די צייטונגען ארויסשרייבן האדמו"ר מסאטמאר הרב אהרן טייטלבוים, וואס "דאס" אליינס וואלט אמאל נישט געקענט פאסירן. איז דען א וואונדער אז סאטמארער חסידים דרייען זיך ארום מיט א שמייכל, און די אהרונים מוזן פארבייסן די ליפן, און סטראשען אז מען גייט נישט ענטפערן...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2007 21:47 |
|
| |
א שטיקל באריכט פונעם פארגאגענעם פרייטאג, שב"ק און מוצש"ק:
פרייטאג אינדערפרי האט רבינו שליט"א געדאווענט אין ביהמ"ד ברך משה מיט די ילדי תלמוד תורה "יטב לב" ירושלים און די בחורי הישיבה ד'סאטמאר, דערנאך האט רבינו שליט"א געטיילט מטביעות פאר די ילדי תשב"ר,
שפעטער האט רבינו שליט"א געהאלטן א דרשה פאר די חברי ורבני כולל למציונים ד'סאטמאר, בדרוש ופילפול פאר אריבער אנדערהאלבן שעה,
און די נאכמיטאג שטונדן זענען אריבער געקימען צו רבינו שליט"א, כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, הרב דוד סלאווייטשיק, אדמו"ר מ'סטראפקאוו, אדמו"ר משכנות הרועים, הרב יוראוויטש חבר הבד"ץ, און נאך מוצים און דיינים פון די עדה החרדית, און ראשי ישיבות טשבין, און נאך,
עקסטער איז הגה"צ אב"ד סאטמאר שליט"א געפארן בשליחות אביו רבינו שליט"א, אלס שלוחא דרבנן, צו באזיכן אין די מוסדות אין בית שמש, אין באגלייטונג פון הגה"צ דומ"ץ בארא פארק שליט"א, און הרב בנציון לאוב, צום ערשט זענען זיי געגאנן צו אב"ד בית שמש הרב נ. קופטשיק, דערנאך צו נחלי אמונה, דושינסקי, אן עקסטערען קבלת פנים איז פארגעקימען פארן רב שליט"א אין די מוסדות פון תולדות אברהם יצחק, מוסד טוב ירושלים, הגאון ר' יושע ראזענבערג אב"ד רמ"א, וחבר הבד"ץ, מוסד תורה תמימה, זבחי צדק, בנות ירושלים,
איבער דעם געהויבענעם, שפראכלאזן שבת קודש גייט אריין דא,
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2264493
מוצ"ש נאכן מעמד ה'באגלייטן דורך רבבות אידן, האט רבינו שליט"א אויפגענימען אידן וואס זענען זיך געקימען קוויטלען ביז בערך 3:30 פארטאגס, דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום פלאץ ווי עס וועט אי"ה אויפגעשטעלט ווערן די סאטמארע שיכון "קרית יואל" צו לייגן די "אבן הפינה" וואס צוליב די שרעקליכע געדרענג ביים מעמד קבלת פנים איז עס דאן נישט פארגעקימען ווי געפלאנט, עס האבן זיך באטייליגט דארט תלמידי וחסידי סאטמאר, עס זענען געזינגען געווארן לעבעדיגע ניגונים, און רבינו שליט"א האט געלייגט דעם גרונד שטיין,
פון דארט איז רבינו שליט"א צוריק געגאנגען צו זיין אכסניא, ווי ער האט ווייטער אויפגענימען מענשטן וואס האבן געוואלט אריינגיין לברך ולהתברך ביז אינדערפרי,
אשרי עין ראתה כל אלה, הלא למשמע אוזן דאבה נפשינו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2007 23:33 |
|
| |
ניין אהאלב מיליאן דולר איז אריינגעקומען היינט ביי די ספעציעלע מסיבה פאר די נגידים
קרעדיט דזשובוי חדשות אנש
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2007 23:34 |
|
| |
When is the rebbe sleeping?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2007 01:19 |
|
| |
זונטאג אפדעיט:
היינטיגן טאג נאך שחרית זענען אריבערגעקימען צו רבינו שליט"א הגאון הגדול רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א און הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חברא דבי דינא רבא עדה החרדית ירושלים, אזוי אויך זענען אריבער געקימען אדמו"ר מ'סלאנים און הרב אלי' כ"ץ אב"ד סאטמאר בני ברק,
אין די נאכמיטאג שטונדן איז רבינו שליט"א אריבער געגאנגען אויף א באזיך אינעם בית השחיטה פון די עדה החרדית, אויפן פארלאנג פון די עדה החרדית, און מ'האט דארט ארימגעפירט רבינו שליט"א און געוויזן דעם גאנצן הלוך ילך דארט,
נאכמיטאג, בערך 3:00 איז פארגעקימען די גרויסע מסיבה פאר די נגידים וואס געבן געלט פאר די נייע 'שיכון קרית יואל' און פאר דעם גרויסן בנין ווי עס וועט אי"ה זיין די בית המדרש און די מוסדות, דרשות זענען געזאגט געווארן דורך ר' שאול פריעדמאן, יו"ר וועד קרן הבנין, און ר' יצחק ראזענבערג, מעמודי התווך פון די קהלה אין ירושלים, און סאטמאר בכלל, סגן ראש הקהל דקהילתינו, און נאך,
ס'איז אריינגעקימען דעם פארטאסטישן סכום פון קרוב צו צען מיליון דאללער!!! (10,000,000,00)
דברות קודש איז געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר שליט"א,
נאכמיטאג זענען געקימען באזיכן ביים רבינו שליט"א אדמו"ר מערלוי, אדמו"ר שומר אמונים, אדמו"ר ספינקא ירושלים, הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג, און נאך,
רבינו שליט"א האט געדאווענט מעריב פארן עמוד, צוליב די יארצייט פון זקינו "יטב לב" זי"ע,
רבינו שליט"א איז מכיבוד געווארן מיט א סידור קידושין,
דערנאך איז רבינו שליט"א געווען באזיכן ביי הגה"צ יעקב מאיר שעכטער, פון דארט איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום מעמד קביאת מזוזה ביים בית חינוך לבנות "חכמת לב" ווי עס איז א נאמען געגעבן געווארן פאר די אריינגאנג "שער ברך משה" לשמו לזכרו פון רביה"ק זי"ע,
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2007 13:24 |
|
| |
איך האב געהערט אז די רבי שליט"א איז געווען ביים ערלויער רב שליט"א איז דא אפשר בילדער פין דעם?
תוקן על ידי elmonsey ב- 20/08/2007 13:23:40
Support our troops
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2007 17:30 |
|
| |
|
|
|
|
|