|
|
| נשלח ב-5/7/2007 22:38 |
|
| |
קרעדיט פאר "דער איד"
ברוך שהחיינו .
ענדליך נאך אזויפיל יארן . וואס דער איד האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגען פון זיינע פינסטערע מערכות פון מבזה זיין גדולי ישראל רבנן ותלמידיהון . סיי פון רעכטן לאגער און סיי פון לינקען לאגער. ער פלעגט שניידן רעכטס און לינקס פאר וועם עס האט זיך עהם געדאכט אז ער שטערט זיין פארטיי.
ענדליך נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז די צייטונג "דער בלאט" וואס איז א יונגער בוים קוים וואס ער האט אנגעהויבן צו ערשיינען אויפן פלאטפארם עטליכע יאר . האט שוין ברבים צוריקגעצויגען פון זיין טעות וואס ער האט געמאכט קעגען א ספר מדור לדור. האט זיך דער איד מיישב געווען אויך צוריקצוציען
די וואך האט ער געמאכט א הערליך שיין ארטיקל
נוצליכע און שעדליכע קנאות און עסקנות.
איך ליין און שטוין צו דאס איז דער איד אדער דער בלאט. אזוי שיין ארונטערגעריסן די פאלשע קנאים וואס שוידערען אויף די יודישע גאס מידי שבת בשבתו מיט העסליכע זלזולים קעגן מענער און פרויען וואס פאלגען אויס דעם פסק פון גדולי ישראל לגבי דעם עירוב המהודר אזוי וויא אין אלע יודישע געגענטן בכל תפוצות ישראל אנגעהויבן פון ירושלים עיר הקודש תובב"א און אויסגעלאזט ביי בארא פארק יצ"ו .
ער ברענגט אזוי שיין ארויס . אז קנאות דארף זיין געבינדן מיט אהבת ישראל. נישט גרויס מאכן זיין פארטיי און כבוד רבותינו מייסדי האני ואפסי .
ווייטער ברענגט ער ארויס דעם ענין פון צאי לך בעקבי הצאן. וואס חוץ דעם וואס בכל תפוצות ישראל אין דער אלטער היים איז איבעראל געווען עירובין מיט מסירת נפש. איז אבער לעומת זה קיינמאל נישט געווען אזא מין פינסטערע קנאות אז בחורי חמד זאלען שטיין יעדען שבת לענג אויס די גאסען און נאכשרייען פרויען און בתולות פאר דעם איינעם חטא ווייל זיי פאלגען זייערע מורי הוראות און צוברעכען דערמיט דעם לאנג יאריגען "אני ואפסי".
ער ברענגט ווייטער דעם הייליגען דברי חיים אין פרשת ויקהל אז די אלע רבנים וואס זענען משתרר על הציבור מיטן צווינגן ארויף זייער דעה אויף אנדערע רבנים און בעלי בתים פאר זייער כבוד אדער געלט . זענען פונעם ערב רב.
און כל חסד דעבדין. אפילו דאס ביסעלע גוטס וואס זיי טוען יא איז אלץ פונעם ערב רב.
נאכדעם איז ער מסביר דעם דור טהור בעיניו
טאקע די זעלבע שקצים וואס זענען פוגם בעיניו וואס זיי זענען מקיים דעם ולא תתורו אחרי עיניכם אויף די אנדערע זייט . האלטן זיך נאך פאר א דור טהור.
און ער שרייבט אויך אז מיט דעם וואס מען רעדט זיך נאך איין און יענעם אויך אז מען מיינט לשם שמים מיט דעם צינד מען נאך אהן גרעסער דעם חרון אף. ווייל יעדער ווייס דאך נאר אז די גאנצע מעשה איז דאך נאר א פאליטיק פון איך בין בעה"ב . עס האט דאך גארנישט צו טאן מיטן באשעפער אדער מיט שבת קודש.
ער ברענגט אזוי שיין דעם חובת הלבבות אז מיט אויסטראכטן נייע וועגען פון קנאות וואס איז ביי יודען קיינמאל נישט געווען אז יונגעלייט מיט בחורים זאלן בכלל נאכקוקן פרויען און נאכשרייען . דאס איז הריסת כל התורה רח"ל.
אשרינו אז מיר האבען דערלעבט
דער אמת האט שוין דער איד איינמאל צוריקגעצויגען. ווען ער פלעגט בילען וואך נאך וואך אויף די בני יואל מיט זייערע מנהיגים און רבנים . און פלוצלונג האט ער זיך פאר זיין אינטערעס אויסגעדרייט דעם דאשעק און גענומען בילען פארקערט. . אבער דאס איז נישט גערעכענט פאר א חזרה . ווייל דאס איז דאך געווען פאר זיין יעצטיגע אינטערעסע און פאר זיין פארטיי אינטערעס. און דאס איז דאך געווען דער יסוד פון דעם איד אלע יארן אויפצובויען זיין פארטיי סיי מיט אמת און סיי מיט שקר.
אבער יעצט וואס לעמתם משבחים ואומרים(עיין סה"ק יש"מ) ער שרייבט שוין קעגען זיין אינטערעס וואס זיין פארטיי האט דאך איינגעפירט דאס מיסע נאכגעשרייעכטס . און יעצט האקט ער שוין דערקעגען . דאס איז שוין יא א באווייז אז ער הויבט אהן בעסער צו ווערן.
עס איז באקאנט פון חי' הרי"מ (וואס דרך אגב דער איד ברענגט אויך פון חי' הרי"מ) אז דאס גאנצע תכלית פון חודש אלול און ימי הסליחות און ר"ה און יו"כ און סוכות הושע"ר איז אז מען זאל צוקומען צו זאגען "אתה הראית לדעת"
דער גאנצע תכלית פונעם איד איז יעצט נשלם געווארן מיטן אויפדעקען דעם אמת פון די פאלשע אני ואפסי קנאות כה לחי.
עס איז באקאנט דאס ווארט אז דער מלאך וואס האט זיך געשלאגן מיט יעקב אבינו דער ס"מ . האט געזאגט אז הגיע זמני לומר שירה (חולין צא) פארוואס פונקט יעצט איז הגיע זמנו לומר שירה. נאר ביז יעצט מיט וועם דער ס"מ האט זיך געשלאגן האט דער ס"מ געווינען . ממילא האט ער נישט אויסגעפירט זיין שליחות . ווייל זיין שליחות איז אז מען זאל עהם מנצח זיין. אבער יעצט אזוי וויא ער געזעהן "וירא כי לא יכול לו" ער קען נישט בייקומען יעקב אבינו . נאר יעקב האט עהם מנצח געווען. ממילא הגיע זמנו לומר שירה.
אז דער איד האט זיך דערלעבט און האקען אויף די פאלשע קנאים. איז הגיע זמנם של הקנאים לומר שירה
 |
|
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|