בית פורומים כל העולם כולו

א גערער כאפט פעטש: אין כנסת...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/7/2007 21:09 לינק ישיר 
א גערער כאפט פעטש: אין כנסת...

שוין לאנג נישט געהערט אזא זאך אז א גערער זאל כאפן פעטש...

דער גערער חבר הכנסת יענקל כהן האט היינט דערלעבט פערזענליך מיטצוהאלטן א פרישע שטופע פון נידריגקייט וואו דער "אור לגויים" מדינת ישראל האט זיך דערקייקלט. אין ברען פון א ויכוח מיט אמנון דה הרטוך, א לויער וואס ארבעט אין משרד המשפטים און איז היינט צו טאג דער גרעסטער פיינט פון די חרדים אין כנסת (אקעי, נישט אלע, יענקל ליצמאן איז נאך פון זיינע בעסט פרענדס), האט כהן אים געזאגט אז ער איז ערגער ווי די נאציס, ווייל זיי האבן נאר פארברענט דעם גוף און ער וויל פארברענען די נשמה דורך אפשפארן אלע ישיבות און כוללים.

די רעאקציע האט נישט געשפעטיגט, כהן האט מיטאמאל דערזען שטערנ'ס... דה הרטוך האט אים אראפגעלאזט א קלינגעדיגען פראסק דארט שטייענדיג אין כנסת. כהן איז פארשטייט זיך ממש קראנק געווארן פון דעם פראסק און מ'האט אים געמוזט אריינפירן אין שפיטאל מיט פאראמעדיקס... אבער ווי ס'קוקט אויס האט דה הרטוך זיך געגראבן דעם אייגענעם גרוב און מעגליך אז ער וועט יעצט שוין אינגאנצן פארלירן זיין זשאב אין משרד המשפטים.

אגב, ס'איז די ערשטע מאל זינט כהן איז פאריאר אריין אין כנסת וואס מ'הערט זיין נאמען אין די פרעסע.

זעלבסטפארשטענדליך אז די אלגעמיינע פרעסע פרובירט עס צו פארווישן ווי ווייט מעגליך, נאך אלעם איז עס אן אומשולדיגער חרדי קעגן א צעווילדעוועטען פרייער, און נישט סתם א פרייער נאר איינער וואס ארבעט קעגן די חרדים מיט אלע כוחות.

אפשר יעצט וועלן זיי אביסל אנערקענען אין פנים אריין וויאזוי מ'קען שפייען אויף א חבר הכנסת וויבאלד ער איז א חרדי, און איינזען וואו זיי האבן פארבלאנזשעט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2007 16:18 לינק ישיר 

אינטערסאנט אז די מידיא גיבט זיך בעיקר אפ אים פארענטפערן, און אמעריקע וואלט אזא איינער שוין לאנג פארלוירן זיין זשאב, נישט קיין חילוק ווער ער איז.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2007 19:48 לינק ישיר 

ס'איז בכלל נישט "אינטערעסאנט", ס'איז גוט אויף אזויפיל אז די חרדים אין ארץ ישראל זאלן איינזען ווי אפגעפרעגט זיי זענען טראץ - און אפשר, צוליב! - זייער "אויפטון" אין כנסת. מ'טרעט אויף זיי ווי מוראשקעס.

די פרעסע האט אפן מודה געווען אז וועט דאס זאל פאסירן דורך אן אנדערן איינגעשטעלטער אדער פאר אן אנדערן ח"כ וואלט זיך הימל און ערד איבערגעקערט אפילו אין מדינת ישראל, נאר בלויז די שוידערליכע אפענע און וויסטע שנאה וואס די מדינת ישראל עסטעבלישמענט האט צו די חרדים ערלויבט אזוי שטארק צו פארבייגן דעם אנגענומענעם פראטאקאל פאר א שונא חרדים וואס האט געשלאגן "בלויז א חרדי".

זאלן זיי זיך קוקן אין שפיגל!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א גערער כאפט פעטש: אין כנסת...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext