מחיצה אויף מאנסי באס - מעלה אדער חסרון?
אונז אלע ווייסען די ווילי ב"פ באס איז איינגעטיילט, מענער פין פארענט און נשים פין אונטען, דאס איז די מנהג זייט די התייסדות פין די באס.
מה שאין כן די באס וואס פארט קיין מאנסי, האט א מחיצה אינדערמיט, פארוואס?
על כל פנים, די שאלה איז, היות די מחיצה איז דארט, לכאורה קען עס ערגער מאכען, ווייל מען זעהט נישט וואס טוט זיך אויף די צווייטע זייט, און די מחיצה איז נישט קיין הארטער מחיצה געמאכט פין ברעטער, עס איז א דינע סחורה, ממילא געשעהט וואס א מאן גייט אויף דער זיין און א פרוי אויף די צווייטע, וואס עס איז זיכער אז ווען נישט די מחיצה וואלט מען נישט געגאנגען אויף דעם אופן, נאר ווייל מען זעהט נישט "פארלאזט" מען זיך אזוי אויף די מחיצה, און מען קומט צו נגיעה דורך די מחיצה.
לכאורה איז דער מחיצה א גרויסער חסרון, ווער האט דאס איינגעפירט?????
|
|