מוסדות זאלי אין טאון אף מאנרא אין מצב פון באנקראט
די זאלי מוסדות אויף לארקין ראוד, 10 מינוט אוועק פון קרית יואל, איז אין א געפערליכן מצב פון באנקראט. אין די לעצטע פאר חדשים האבן געקראכט הונדערטער טשעקס וואס זיי האבן באצאלט פאר די מלמדים, טיטשערס און באס דרייווערס. אין גאנץ קרית יואל דרייען זיך ארום מענטשן אן קיין קאפ, מיט געקראכטע טשעקס פון די זאליס, און זיי פרובירן צו טרעפן איינעם וואס זאל זיי אויסלייזן די טשעקס, אבער דערווייל רעדן זיי צום דופן.
מיט צוויי וואכן צוריק האב איך באקומען טשעינדזש א טשעק פון די זאליס פון בלויז 89 דאלאר, ביים איינקויפן אין קרית יואל ספרים סטאר, און ווען איך בין עס געגאנגען דעפאזיטן איז מיר די טשעק צוריקגעקומען אויף די פאסט מיט א גרויסן זיגל מיט רויטע אותיות: "אינסאפישענט פאנדס". איר הערט? אין זייער באנק אקאונט איז נישט פאראן נישטיגע 89 דאלאר צו קענען דעפאזיטן מיין טשעק!
אין די לעצטע פאר וואכן קומען פאר שטורמישע אסיפות צווישן די הנהלה פון די מוסדות וויאזוי צו ראטעווען די ביטערע מצב. מען האט שוין אפילו אויפגעברענגט א פלאן צו אנפאנגען נעמען באסעס פון סקול דיסטריקט. דער פראבלעם איז נאר אז רוב פון די עלטערן פון די זאלי מוסדות זענען געוועזענע בני יואל וואס האבן ארויסגענומען די קינדער פון בני יואל ווייל יענע מוסדות זענען געווען צו עקסטרעם פאר זיי, און זיי ציטערן אז אויב פאנגען זיי אן צו נעמען באסעס פון די סקול דיסטריקט וועלן זיי פארלירן יענע טאטעס.
דערווייל פייניגן זיי זיך און זיי האקן קאפ אין וואנט און ווייסן נישט וואס צו טאן.
_________________
 |
|
|