בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דער ארגאן פון אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע אידענטום אין אמעריקע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/7/2007 20:22 לינק ישיר 
דער ארגאן פון אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע אידענטום אין אמעריקע

 

מיר ליידן פון ציונות אדער זיי ליידן פון א פאביע

 

מיט וואונדער האבן מיר געזעהן א שארפן בריוו, געוואנדן אין אונזער ריכטונג אין א צייטונג אין דער אידישער שפראך וואס דינט א געוויסע גאר באצייכענטע קרייז אבער רופט זיך מאיזה סיבה שהוא "דער ארגאן פון אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע אידענטום אין אמעריקע". איז געווען דארט א בריוו ווי עמיצער איז כלומר'שט מתמרמר קעגן ציוניסטישע צייטונגען און ער קלאגט אויף דעם אז א ערליכער איד קען ארייננעמען דעם כל העולם כולו אין שטוב. אלס ראיה ברענגט ער א שטיקל פון אונזער צייטונג "דער אידישער וועלט" ווי דער שרייבער האט אנטדעקט ממש ציונות....

מיר ווילן ענטפערן, נישט ווייל עס שאדט אונז, אדרבה עס איז "פרי עדוועטייזמענט" נאר ווייל אז דער "פירשפרעכער פון ארטאדאקסיע" שיסט אין אונזער ריכטונג פאסט נישט צו איגנארירן און מזלזל זיין אין ארטאדאקסיע חלילה. און כדאי אויפצוקלערן עס זאל נישט זיין קיין חילול השם, אז א ציוניסטיש בלעטל קויפן דרייסיג טויזנט חרדישע אידן א וואך און די צייט וואס דער אומאפהענגיקער ארטאדאקסיע צייטונג האט קארגע דריי פיר טויזנט קויפער, ניין מיר זענען קיין ציונים און נישט ציונות טוט זיי וויי.

מיר וואלטן אויך געקענט זיך באהאלטן אונטער דעם ברייטן רוקן פון א אנאנימער בריוו שרייבער, אבער מיר זענען נישט אזוינע פחדנים מיר וועלן זיך אפיציעל ארויסשטעלן זיך מסביר זיין. קודם כל דארף דא קלאר ווערן אז זיי מיינען נישט דעם ציונות, זיי פארשטייען אויך דעם כלל פון אלו ואלו דברי אלוקים חיים און זיי אליין ברענגען נייעסן און בעיקר מעשיות פון גדולי ישראל אויך פון די וואס זענען נישט איינשטימיג מיט דעם הייליגן סאטמארער רב זצ"ל'ס דעת יחידאה.

אונזער ליניע איז אז מיר נעמען נישט קיין שטעלונג אין עניני אמונות ודעות מיר קענען ברענגען בילדער פון א סאטמארע הפגנה קעגן בחירות,  און באלד נאך דעם בילדער פון גדולי עולם קעגן וועמען די הפגנות זענען געצילט ווי זיי גייען צו בחירות, יעדער האט זיין שיטה און מיר פסק'נען נישט, מיר ווייסן אז די גדולי עולם זענען העכער אונזער שיקול הדעת.

יעצט צום ענין. מיר האבן געברענגט בילדער ווי אידן זענען שופך צקון לחשם ביים מקום השכינה כותל המערבי, בילדער פון די גדולי העדה החרדית ביים כותל און אנדערע גדולי וצדיקי ארץ צווישן זיי אויך א בילד פון אדמו"ר הקדוש מסאטמאר זי"ע ביים כותל פארן כיבוש. אויב כותל איז ציונות זענען מיר שטאלצע ציונים צוזאמען מיט הגה"צ רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל און יבלחט"א רבי משה שטרנבוך שליט"א און כ"ק האדמו"רים שליט"א בני אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל וועמענס בילדער ביים כותל באצירן דעם כל העולם כולו.

מיר זענען בשיטה אז מען זאל גיין צום כותל? פאר א באבוב און בעלזער חסיד, א ספרדי וואס גייט על פי הוראות הגר"ע יוסף שליט"א, א בן תורה וואס איז נכנע צו הגרי"ש אלישב און הגראי"ל שטיינמאן שליט"א. יא! א חסיד פון סאטמארער רב זי"ע חלילה!  אויב ער גייט איז ער מהרהר אחרי רבו א גדול בישראל.

און יעצט איבער דעם ארטיקל פון דעם שרייבער ציון קדישזון -א טייערער איד ווייט פון א ציוני-, די סיפורים איבער אידן ביים כותל זענען טייערע סיפורים וואס זענען אפילו אין איינקלאנג מיט די סאטמארער שיטות, בלאזן שופר ביים כותל צו די בריטישע ווילן צו נישט, איז א מסירות נפש אקט אזוי ווי מאכן מציצה בפה אין נוא יארק אפילו אויב דער רעגירונג לאזט נישט. און מתפלל זיין אז איבער דאס יאר זאל מען בלאזן שופר ביי אן אויסגעלייזטן כותל אן קיין בריטישע און אין די הענט פון גואל צדק איז נאר ציונות ביי איינעם וואס האט אן איבריגע פאביע און איז יעדן חושד אין ציונות רח"ל ה' ישמרנו.

דער ארטאדאקסישער צייטונג שטורעמט דארטן קעגן וועם זיי באצייכענען אלס א געוויסער מעשיל געלבשטיין. עס פאסט נישט אז א צייטונג וואס דעקט ארטאדאקסיע זאל אזוי באצייכענען דעם בארימטן ירושלימער פיגור, דער נקי הדעת און שומר המקדש הצדיק רבי משה הלל-מעשיל- געלבשטיין זצ"ל איש אמונו פון עמוד האש רבי משה יהושע יהודה לייב דיסקין זי"ע מרא דארעא דישראל. וועלכער האט ווי א לייב געקעמפט פאר קדושת המקדש און לוחם געווען קעגן די פרייע עלעמענטן מען זאל נישט חלילה ארויפגיין אויפן הר הבית. ביי יעדן שטיקל ידען איז רבי מעשיל נישט קיין אלמוני בן בלי שם און א געוויסער מעשיל... אין דעם היימיש אינטרעסאנט ספר'ל ירושלים של מעלה פון דעם היימישן (און קנאישן) מנחם מענדל איז פארהאן גאנצע פרקים צו שילדערן דאס גדלות פון רבי מעשיל זצוק"ל וועם רבי יהושע לייב האט אזוי מחשיב געווען. וואס קדישזון האט געשריבן איז אז רבי מעשיל האט איינגעפירט די תפלות ביים מקום קדוש על פי המלצתו פון זיין רבי'ן רבי יהושע לייב זי"ע טראץ וואס אנדערע רבנים ובראשם הג"ר שמואל סאלאנט וואס האט געהאט די פאקטישע פירערשאפט אין שטאט איז געווען דערקעגן. די גאולה צו וואס רבי מעשיל האט געהאפט אז עס וועט קומען פון זיך עקשנען פאר שמירת תורה ומצוות בזרוע נטויה, איז דער זעלבער גאולה אויף וואס הגה"ק מסאטמאר זצ"ל האט מתפלל געווען. 

צום שלוס ווילן מיר עצה'נען דעם אומאפהענגיקן צייטונג. אויב זיי ווילן זיין אזוי אויפגעכאפט ווי דער "כל העולם כולו" זאלן זיי אזוי גוט זיין און ווערן עכט אומאפהענגיק און נישט טשעפען מיט יעדן וואס גייט נישט מיט זיי אין שפאן, זעהט צו מאכן אייער צייטונג אינטרעסאנט און אנשטאט זיין פארנומען וועכנטליך מיט ציטירן "אפיקורסות" פון אזוינע שיינע אידישליכע צייטונגען ווי המודיע און דער אידישער וועלט, זאלן זיי אנהויבן סערווירן אלע היימישע אידיש רעדנדע קרייזן אן קיין ענגע פאליטישע היץ און שלום על ישראל.  

  

 




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2007 22:19 לינק ישיר 

וואס איז דאס "די אידישע וועלט"?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2007 06:31 לינק ישיר 

שיין שטיקעל דשויבוי! לויט זיי איז די כל העולם כולו די בראך פון חינוך און 2007...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2007 07:47 לינק ישיר 

דשובוי ליין נישט די אראבישע צייטונגען, זיי זיינען אפגעפרעגטע, עס איז נישט סתם א מחלוקת הפוסקים, זיי האבען אוועק געשטעלט א פאלשע אפיקורסישע גאנג, אין עס איינגעוויקעלט אין א מין שיטה,

זייער עמטליכע שרייבעכטץ איז כאילו זיי זיינען פרומע אידן, אבער "למעשה" זיינען זייערע דיעות ומעשים כנגד התורה,

מיר אלע וואס גלייבען אין די תורה און האבען ליעב ארץ ישראל אין דעם גאנצגען כלל ישראל דארפן שרייען

הבדלו...................................

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2007 17:24 לינק ישיר 

זיי האבען אזוי מורא אז עס זענען אויך דא אנדערע ערליכע אידן וואס האלטן נישט ווי זיי, אז זיי וועלען טוהן וואס זיי קענען כדי צו צומאכען יענעם'ס מויל..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2007 17:48 לינק ישיר 

אמאליגע צייטען ווער עס געדענקט פלעג מען פאקען הערינג פיש אין צייטונג פאפיר,

אזוי באנוצען זיך די חברה מיט פאקען זייערע אינטערעסען און פארדארבענקייטען אין אידישקייט,

למשל מען מאכט א פאליטישע יום תפלה רח"ל, מען שטייט און מען שרייט ה' הוא האלוקים און אלע ווייסען אז דאס איז נאר כדי ווי צו טועהן א געוויסע עדה  וכו',

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2007 19:27 לינק ישיר 

דזשובוי,
שפתיים ישק!
פון וואנעט קומט די ארטיקל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2007 18:44 לינק ישיר 

1. מר אבימלעבט, די סאטמערער אידן האבן זייער ליעב ארץ ישראל. זיי האבן נישט אויסגעריסן קיין איין תפילה אויף ציון און ירושלים זיי קלאגן תשעה באב פונקט ווי יעדער איד און אפשר נאכמער. וואס האט דער שלטון הכופר פון מדינת ישראל מיט אירע חוקי סדום א שייכות מיט די הייליגע ארץ ישראל? האב טענות אויף די תורה וואס פון איין זייט שרייט זי ארץ ישראל איז הייליג און פון די אנדערע זייט שרייט זי אז רשעים זענען איהר מטמא "ותטמא הארץ" און ווער עס וואגן איר מטמא זיין וועט דער רבונו של עולם אליין פארטרייבן "ואבדתם מהרה מעל האדמה" וואס רעדסטו אהן וויסן אהן קוקן, קוק אין ירמיה ווי ער ווארנט אז ווער עס וועט אקעגנשטעלן נבוכדנאצר הרשע וועט זיין אך און וויי יעדער מוז גיין קיין בבל וכו' אויב דו שרייסט הבדלו איז דאס סתם היפאקריטיע ווייל הבדלו איז דאך נישט ענקער שיטה נאר צוזאמען מיט די פושעים זיצן אין כנסת המינים נאר וואס דען דו נוצט דעם הבדלו ווען דו ווילסט וואס האטסו דאן טענות אז יענער נוצט דעם הבדלו ווען די תורה הייסט?

2. מר זשובוי און דער שרייבער פון דעם ארטיקל דער איד איז אזוי אומאפהענגיק וי דער כל עולם כולו איז די גאנצע וועלט בשעת ווען ער ברענגט בלויז בילדער פון אפאר אידן מיט קאלירטע בעקישעס און ביי איהם איז דאס די גאנצע וועלט תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 01/08/2007 19:34:47

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2007 20:01 לינק ישיר 

די גאנצע שיטה אייערס איז א פאבריצירטע מעשה, דהיינו דיא אראבער זאגען אויך אז ח"ו זיי האבען נישט פיינד קיינע אידן נאר ציונים,

און אויב דאס איז אמת אז די חוקי התורה ברענט ענק אזוי און דאס איז דער מחליט,

איז וואס איז די שנאה צווישען די אהרונים מיט די זאליס, איז עס ממש וועגען ציונות?

און איז ר' אבישל זצ"ל אויך געווען א ציוני?

און די היימישע פורקי עול איז אקעי, זיי דארף מען נישט פיינד האבען?

פאבליק סקול, ערכאות, מסירה, [איינפירען דאס פארען קיין פלארידא] מבזה זיין ר' משה זצ"ל מיט אנדערע שרפי מעלה אויך בימינו מבזה זיין בריש גלי די ארץ ישראל'דיקע תורה ריזן ועוד ועוד איי איי איי ענק ברענט די תורה, וואס פארא צביעות,

ווען אלע אידען וואלטען געווען קנאים און איר וואלט נישט געהאט וואס צו פארקויפען, וואלט עטץ אודאי געווען גרויסע ציונים כדי צו קענען בויען די פארטיי אויף עפעס א שיטה.

עס איז מורא'דיק ווי אזא פאלשע זאך ווי ענקערע לעצטע 100 יאר זאל נאך קענען האבען א תקומה מען מוז זאגען אז דאס איז דער כח פון די סטרא.....

כל הפוסל במומו פוסל.

הבדלו............................

_________________

 



תוקן על ידי אבימלעבט ב- 01/08/2007 20:05:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2007 06:27 לינק ישיר 

ג-ט זאל אייך אפהיטן אויב מיר ווערן היינט איסגעלייזט און אלע אידן  קערן זיך צוריק בתשובה שלימה;

איר וועט קריכן אויף גליכע ווענט און אראפגין פון דעת פון פוסטע ליידיגיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2007 23:47 לינק ישיר 

מיר פערזענליך ארט נישט אז מען פליקט אריין און דער איד אבער וואס געפעלט מיר איז, אז די ארטיקל האט גאר געשריבן א "אהרוני" פאר אבי קעניג און איך האב גראדע אויך געהערט א נאמען..

 דער איד באדערט נישט ציונות, און די ארונים באדערט דאס נאך ווייניגער און האבן געאפערט די בריוו פאר קעניג וואס דער  ציל פון דאס בריוו איז צו פארשטיין צו געבן אז אלו ואלו דברי אלקים חיים, און מיט א כיטערן אופן מעלדן אז עס איז דא אזוי גערופענע קנאים וואס גייען אויך צום כותל.. אבער פאר סאטמאר איז דאס א מהרהר אחר רבו... און ווי אויך אריין פליקן און דער איד אז זיי פארקויפן עטליכע נישטיגע טויזענטער צייטונגען א וואך.. און אז זיי רעכענען זיך אפ מיט ווער עס גייט נישט און שפאן וכו' וואס איז גראדע אמת אבער דעם ארוני גייט דאס אן און די לינקע פאה ער איז גארנישט בעסער נאר פארשטייט זיך אז מען שמייסט זיין געטשקע באגייט מען אן עוולה..  

און צום לעצט, דער כל העולם כולו און פונקט אזוי דער עולם החרדי איז פאר מיר פערזענליך א גרויל און עס גייט מיר נישט אריין און קאפ ווי אזוי מענטשן זאלן דאס בכלל קויפן.
 
די אלע פארטייען מיט די "צדיקים" זייערע האבן מיט די תורה הק' "קיין" שייכות. 

און איך זאג נישט אז עס איז נישטא קיין עהרליכע אידן בכלל ח"ו, אבער ליידער פון די אלע פארטייען א קומץ קטן.

עס איז געווארן א פורים פון די אלע רעבעלעך.          



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2007 16:31 לינק ישיר 

"התבדלות"  מיינט אפילו פון די וואס "זעהן אויס" בחיצוניות ווי פרומע אידן, אבער זיי זענען מחרף ומגדף שם שמים רח"ל, מסרבין לדין, גיין צו ערכאות פון בג"ץ רח"ל, מען דארף שטיין ווייט פון זיי אזוי ווי פון די ציונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דער ארגאן פון אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע אידענטום אין אמעריקע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext