| נשלח ב-1/8/2007 11:43 |
|
| |
הרחיבו מקום שאטעריך
היינט האט מען אנגעהויבן בויען א ריזגן שאטער לכ' דעם אנקומען פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א.
די שאטער ווערט געבויעט ביים שטח פון העדה החרדית ככר זופניק, עס וועט זיין אויפן גאנצן ברייט, פון די ביימער אויף די רעכטע זייט (קומענדיג פון ככר השבת) ביז ישיבת המקובלים אהבת שלום, און אויף די לענג כמעט, פון נאך די סטעפ'ס (קומענדיג פון ככר השבת) ביז כמעט די בנין העדה החרדית.
עס קען אריינגיין אינעם שאטער ארום זעכצן טויזנט מענטשן קע"ה.
און אנדערע נייעס הער איך אז די פאלגענדע תלמודי תורות וועלן נישט ארויסגיין מקבל פנים זיין דעם חשוב'ען גאסט.
תולדות אהרן, תשב"ר, רמ"א, סאטמאר גוש שמונים, און אפשר אויך דושינסקי, תולדות אברהם יצחק.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2007 17:17 |
|
| |
ווער וועט יא גיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2007 18:42 |
|
| |
בפקודת כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א
גייט נישט זיין קיין עמטליכע קבלת פנים,
סא, קענסט אויסרעכענען אלע תלמודי תורה פון ארץ ישראל
וואס וועלן "נישט" באשיינען ביי די קבלת פנים וואס גייט נישט זיין.
7:30 פארנאכט (ווען עס איז שוין במילא נישט דא קיין חדר)
גייט פארקומען די הנחת אבן הפינה ביי עדיסאן
און דארט קען קומען ווער עס וויל.
אגב, איך בין נעכטן געווען ביי כ"ק אדמו"ר שליט"א
ווען ס'איז אריין געקומען א טעלעפאן קאל פון די הנהלת העדה החרדית
אז דער ירושלימער רב שליט"א האט געהייסן מאכן א גרויסע קבלת פנים
בשם העדה החרדית נאך פאר די הנחת אבן הפינה, און דער רבי שליט"א
האט געזאגט לא מיט א אלף, ער וועט גיין גלייך צו ירושלימער רב אהיים
אלץ מרא דאתרא, אן קיין שום טראסק, און דערנאך וועט ער צו פארן צו די
הנחת אבן הפינה, און ווער עס וויל קען קומען אהין, אבער א קבלת פנים פאר עם
וויל ער בשום אופן נישט,
אזוי אויך האט מען באפוילן בפקודת כ"ק אדמו"ר שליט"א פאר אלע היימישע מוסדות
אז מען זאל נישט ארויס לייגן קיין שום ברוכים הבאים פלאקאטן, אבער טאוולען,
ווייל דאס איז בניגוד לרצונו, אגב, האט דער תולדות אהרן רבי שליט"א געלאזט רופן
איינעם פון די טאטעס פון די עסקנים, און זיך אפגערעדט פארוואס מען לאזט עם נישט
זיך באטייליגן ביים קבלת פנים און אז ער איז גרייט מיט צו האלטן אלעס, (ער האט געמיינט
אז נאר "עהם" לאזט מען נישט לייגן קיין ברוכים הבאים סיין) ביז מען האט עם מסביר
געווען אז דאס איז רצון רבינו שליט"א פאר "אלע" מוסדות, און אפילו זיינע אייגענע מוסדות
גייען אויך נישט לייגן קיין ברוכים הבאים סיינס, (נאר אפשר פאר דעם הנחת אבן הפינה).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2007 23:02 |
|
| |
יענקעלע
פארוואס פעלט אויס סתם צו רעדן שטותים?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2007 17:51 |
|
| |
יוסעלע גולם, וואס גרייפסטו עם אן, איך זעה בכלל נישט קיין שטותים, יענקעלע שרייבט זייער צו דערזאך, ווייל דו גלייכסט נישט וואס ער שרייבט איז דאס שטותים?, און אויב איז עס לדעתך יא שטותים ווער הייסט דיר ליינען, זעהט אויס אז שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, יוסעלע גולם, כשמו כן הוא...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2007 19:08 |
|
| |
טא, פארוואס גרייט מען צו אזא ריזיגן שאטער אויב מ'וויל נישט קיין מענטשן?...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/8/2007 22:06 |
|
| |
emt
ווייל אין רחבת בנין זופניק גייט גייט למעשה אריין 60000 טויזענט מענטשען מאכן מען ק קליין חלק דערפון
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2007 01:37 |
|
| |
הער אויס מעכעלע11
אז איינער שרייבט אז ער איז געווען ביי א געוויסן ראבינער און עס איז אריין געקומען א קאל בשליחותו פון ירושלימער רב וואס האט באפוילן צו מאכן א גרויסער קבלת פנים וכו' הייסט עס שטותים!
אז איינער שרייבט אז תולדות אהרן רבי האט געלאזט רופן איינעם און זיך אפגערעדט היתכן מען לאזט אים נישט באטייליגן ביי דעם קבלת פנים און לייגן סיינס וכו' הייסט עס שטותים!
אז איינער שרייבט אויף א געוויסער ראבינער אז "בפקודתו" גייט נישט זיין א עמטליכע קבלת פנים, ער האט געזאגט "לא מיט א אלף", טאוולען איז "בניגוד לרצונו", "א קבלת פנים פאר עם וויל ער בשום אופן נישט", "אן קיין שום טראסק" ועוד דברי הבל וכו' הייסט עס שטותים! מילד גערעדט, פאר ווער עס קען דעם אלעמען באקאנטען ענוותן ושפל רוח ובורח מן הכבוד מקדמת דנא, בעבר,ובהווה,ובעתיד..
איי עם סארי, פאר יעדן ערוואקסענער און פארשטענדליכן מענטש איז מיין קורצע תגובה "פארוואס סתם רעדן שטותים"? בעצם די והותר, אבער היות די האסט געבעטן אן ערקלערונג און מיינע ווערטער און כאילו דו פארשטייסט נישט וואס איך שרייב.. האב איך גענומען די מיה און צייט דיר צו געבן אן קורצע ערקלערונג.
 |
|
|
|
|
|