כ"ק אדמו"ר מ'לאשאנץ שליט"א ביי שמחת שבע ברכות פון א טאכטער
די שבע ברכות איז פארגעקומען א מוצ"ש פאר די דריי וואכן.
ביים משמח זיין חתן וכלה.
ביים טרונקען לחיים.
ביים וואונטשען לחיים.
קלאטשען, פאטשן.
חסידים בייגן זיך צו נעמען א ברכה.
חסידים אין א געשלעג.
נשלח ב-8/8/2007 02:01
מיר זיינען זייער דאנקבאר פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א פארן איבערנעמן מיט א צייט צוריק די אדמור"ת פון חסידי "לאשאנץ", ומצלאין אנו לחיי מלכא, עוד ינובון בשיבה וכו' בביאת משיח צדקינו ומלכינו בראשינו!
איבעריג צו זאגן, אז און די קורצע צייט וואס די רבי שליט"א האט איבערגענומען די הנהגה זעהט מען בחוש די געוואלדיגע הצלחה, און ווער עס איז מסופק דערין זאל אנפרעגן ביי דעם רעבינ'ס מתנגדים וואס צווישן זיי ציילן זיך אויך רעבעלעך, רבנים, און בנש"ק, ווי איינער פון הנ"ל האט זיך אויסגעדריקט מיט א צייט צוריק פאר מיינס א ידיד דאכט זיך ווען רבינו שליט"א האט נאך משמש געווען ברבנות בק"ק וואלעבאוט בזה הלשון " ער (וקרא בשמו הפרטי של רבינו) מיינט אז אלעס איז א "דזאוק" (בלע"ז) וואס ער איז גורם מיט דעם איז, אז דער כח פון רבנים ווערט נאך מער אראפגעשלעפט (רח"ל) און דאס איז זייער נישט געזונט פאר די יונגווארג" (כך התבטא הרב מרוב צערו ר"ל)
נשלח ב-8/8/2007 03:18
איך האב מיר דערמאנט אז מיט א צייט צוריק ווען עס איז פארגעקומען די ביטערע און שווערע גזירה פון די טרויעריגער בארימטער פירצה וואס האט זיך ליידער אויך אריינגעכאפט ביי אסאך יראים ושלמים וואס פיל האבן זיך נעבעך געלאזט פארפירן פון עצת היצר וואס ווער עס געדענקט נישט איז עס דעמאלט בשעתו געווען א געפערליכער עת נסיון צו אריינגעשלעפט ווערן, און דאס איז די באקאנטער גזירה וואס האט געשוועבט אויף אחב"י ווי אידן רופן דאס ביזן היינטיגן טאג:
די "מאוסטשער קיור" גזירה!
געדענק איך אז טיף אינמיטן די "שווערע מערכה" איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביים רבי'ן שליט"א און שטוב, און עס האט נישט אויפגעהערט צו קלינגען די טעלעפאן, און דער רבי איז געזעצן פארטראכט, פרעג איך רבינו שליט"א וואס גייט פאר? וואס וויל מען שוין ווייטער פון רבי'ן? פארציילט מיר רבינו שליט"א אז א גאנצן טאג קלינגט דער טעלעפאן און גדולי הרבנים מוטשענען אן אויפהער אז היות זיי גרייטן זיך ארויס צו קומען מיט גאר א שארפער קול קורא קעגן די "פארשאלטענע גזירה" (כלשון רבינו) און זענען אפילו גרייט דאסמאל ארויס צו גיין מגדרם מקיים צו זיין דעם לא תגורו מפני איש יהי' מה שיהי' אלזא ווילן זיי אז "איך" (וכאן עשה רבינו שליט"א כעין תנועה של ביטול על עצמו ברוב ענוותונותו הק') זאל אויך אינטער שרייבן אויף דעם "היסטארישען קול קורא" (כמדומה לי מתק לשון רבינו אז..) פרעג איך דעם רבי'ן פארוואס זאל טאקע דער רבי נישט מיטשטיין? ווייסט דען נישט חלילה דער רבי פונעם לא תגורו ח"ו? זאגט מיר דער רבי בזה"ל: (כאן עמד רבינו על רגליו הק' ודחף את הכסא הק') "וויסן זאלסטו טייער קינד, איך האב א טעם כמוס דערביי מיט'ן נישט געבן מיין חתימה, אבער איך האף בזכות אבותי (ואחז בכרסו הק') אז די ביטערע גזירה וועט אינגיכן בטל ווערן כעפרא דארעא"! ואני הק' (עבד לעבדי השם) עניתי בקול אדיר וחזק "אמן"! והוספתי "און אלע שונאים זאלן אינגיכן האבן א מפלה"!
ואכן דבריו של אותו צדיק עשתה רושם, און דער גזירה איז טאקע כמעט בטל געווארן ב"ה, חוץ אפאר מחוצפים יושבי קרנות וואס לאכן זיך אויס פון די שרעקליכע אזהרות וואס שטייט און דעם הייליגען קול קורא.
און ממש לעצטעס טאקע אחר תפלת שחרית בביה"ח ד"לאשאנץ", פנה אלי רבינו שליט"א מיט א שמייכל ואמר לי נו, זעהסטו אז די גזירה רעה איז בטל געווארן!
און דאס איז נאר כטפה מן הים פון די אלע מופתים וואס אנ"ש זעהן ביים רבי'ן שליט"א יום יומית, אשרינו מה טוב חלקינו, ימים על ימי מלך וכו', יחי אדונינו וכו' צדיק דורנו.
נשלח ב-8/8/2007 17:41
פון ויא איז דיא נאמען לאשאנץ
דאס איז אנאמען פון אדארף א שטאט א געגנט
אדער א נאמען פון א ביזנעס
איך ויל אויכעט ווערן א רבי אבער איך האב נאך נישט א נאמען פון א שטאט