| נשלח ב-10/8/2007 01:06 |
|
| |
א שיין בילד פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע
אפאר הערליכע בילדער פון מרן רביה"ק בעל ויואל משה מסאטמאר זצ"ל אויפן שיף
תוקן על ידי שם_אחר ב- 12/08/2007 16:56:22
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2007 02:01 |
|
| |
וואס איז דאס שיינקייט?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2007 06:51 |
|
| |
שם_אחר איך וואלט געטוישט דיין נאמען אויף דבר_אחר
רבם דקרו, אזעלכע בילדער טוט מען נישט מפרסם, אפילו אויב די דארפסט פארענפערן דיין רבין אין וומסב"ג
איך וואלט מייעץ געווען די מנהלים עס אראפצונעמען
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2007 17:19 |
|
| |
די בילד איז נישט קיין בזיון, עס איז אויפן שיף קיין ארץ ישראל אין עס איז געדרוקט אין א ספר.
אז די האסט א פראבלעם איז עס דיינער
מען זען אויף אין אז ער איז א גדולשער מענטש אויף דעם בילד.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2007 02:19 |
|
| |
צושטעלן די צוויי אין איין סענטענס דארף מען טאקע זיין א דבר אחר
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2007 17:14 |
|
| |
כבוד חברי הפארום, אזוי ווי איך זעה דא פיל אויפגעברויזטע געמיטער, אלס מנהל משנה דא וועל איך פארענפערן מיין טאהט, און איך זאג פון פאראויס, וועמען עס וועט נישט געפעלן מיין ענפער, זאל עס נישט אננעמען, איך גיי נישט אריינגיין דא אין קיין דין ודברים איבער דעם ענין, זיך טענה'ן אויף דעם איז דאס פלאץ דארט נישט דא וואס איז ברוך השם ריין פון מחלוקת און לשון הרע.
איך בין דאך דא א מנהל משנה, איז דאך לפעמים נישט דא קיין סאך נייעס דא, גיי איך קוקען אין כל העולם כולו, געווענדליך גרוילט מיך צו ליינען די אנגעפילטע פאליטיק אשכולות, כ'בין נישט קיין גרויסע חסיד פון ביידע רבי'ס, און אויך נישט קיין קליינע מתנגד, איך האב זיי אלע דארטן וואו זיי האבן מיך, אבער די קינדערישע וועג וויאזוי די טענה'רייען און קולות פון איין צד צום צווייטן צד, איז אומדערטרעגליך ממילא, ווען איך ליין דארט געווענדליך עפן איך נאר א אשכול מיט א פאזיטיווער קעפל.
נישט זייענדיג באקאנט אזוי קלאר וועלכע ניק'ס זענען ארונים און וועלכע זענען זאלונים, זעהנדיג א אשכול מיט די ווערטער א שיין בילד פון מהרז"ל, האב איך נישט געחלומ'ט אז דאס איז שוין אויך עפעס א קינדערישע גערעדעכץ, און איך עפן עס אויף, זעה איך א שיין בילד, וויאזוי מהרז"ל זיצט און לערנט אין זיין קאנטרי קוקט עס אויס, און ער זיצט אזוי ווי עמיציר וואס איז אויף אפרוה... מה כל הרעש? זעה איך אבער שפעטער מיט צוויי תגובות, אז איז א גאנצער ליצנות: 'גילוי אליהו' פויל איך מיך נישט, איך קוק איבער די היסטאריע פון 'גאסט', קומט ארויף א בילד פון אן ארוני, שטיי איך און טראכט: וואס גייט דא פאר? פארוואס ברענגט ער א שיין בילד פון זיין צד שכנגד? כאפ איך, אוי וויי, מ'האט געכאפט מיט'ן ערגסטען, וואס איז? א שאלה?! ער זיצטמיט די פוס ארויף און רחמנא ליצלן, איין פוס אויף די אנדערע, הישמע כזאת? וואו האט מען געהערט אז אזא איינער זאל מעגן זיין א רב בישראל? און כל שכן א מנהיג פון עטליכע טויזנט צו אפילו הונדערט -אינטערסירט מיך נישט אריינצוגיין אינעם געפעכט- חסידים, און קל וחומר, צו סאטמערע חסידים, האב איך זיך דערמאנט, אז איך האב אין באזיס א ספר וואס דארט איז דא בילדער וואס מ'זעהט דעם פריערדיגן סאטמערער רבי, דער בעל ויואל משה און דברי יואל, וואו ער זיצט אויך אזוי.
האב איך עס פשוט געלייגט, ווי איינער זאגט, דו ביסט משוגע, איך בין אויך..... ועל זה יצא הקצף פון גאסט, על הגאולה, און מבני בניו דארט.
און איך וועל אייך זאגן דעם אמת, אז ווען איך ווארט ווען צו א שטיק צייט, קען זיין אז כ'וואלט עס נישט געלייגט, אבער עס איז געקומען אביסל אינסטינקט.
איך האף אז באטשי פארשטייט שוין איצט יא דאס שיינקייט פון די בילדער. און אז נישט ו ועל איך אויך עסן געהעריג פרישטאג.
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 18:42 |
|
| |
הרבי מסאטמער זצ"ל יושן יחד עם כולם בשורה אחת
אבל הפלא שהוא יושב ויושן, בלי בגד עליון
האם הוא לא הקפיד תמיד ללכת עם בגד עליון
אתמהה!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 00:20 |
|
| |
שם אחר
דאס בילד איז נעגאטיוו מחמת הסיבות לדהלן
א) אז דער רבי ליגט אין פרעגלט זיך להנאתו אויף דער זון, מה יעשו זיינע בעלי בתים?
ב) ווי געשריבן איינס פאר מיר , סאיז נישט קיין שום כבוד פאר א רבי זיך צו דרייען אהן א בגד עליון, און קל וחומר אז מ'דארף נישט פאטאראפירן א רבין אין אזא מצב, מלך ביופיו תחזינה עיניך
ג) אצל מורי ורבי השפע חיים זצ"ל זענען געוועהן כותבים און גבאים זעהר נאהנטע מענטשן וואס האבן זיך מעודם נישט געוואגט אראפ צוזעצן בפני רבם. אפילו בחדרי חדרים.
ד) ווי זעהט דאס אויס ווען יעדער קוקט אין א ספר נאר דער רבי שלאפט?
ה) דו האסט שוין געזעהן נאך א רבין אין אזא פאוזע.
מכל הלין טעמין דלעיל נראה, אז דער וואס האט געמאכט דאס בילד אין אויף די מפיצים האלטן בשיטה, אז ווען מפאהרט אויף וואקעשן זענען פארהאן אנדערע הלכות פאר רבי'ס ומכל שכן לבעלי בתים וד"ל .
נ"ב. דער בעלזער רב מהר"א זצ"ל האט געזאגט פארן שפע חיים זצ"ל אז ער האלט נישט פון פארן מיט איין עראפלאן משום סכנה.
ער האט גענומען דאס קומענדיגע מאהל א שיף, בערך ביי שערבורג אדער לאנדאן, איז ער אראפ און מער נישט צוריק ארויף, סהאט אים שטארק געשטערט דער ביטול תורה ותפילה אהן א ספרים אהן קיין מקוה. ער האט געהאלטן אז ער איז אשליח מצווה מעג ער איינשטעלן דעם עראפלאן..
ווען ער איז קראנק געווארן בשנת תשמ"ו און ער האט געוואלט אהיים פאהרן קיין קרית צאנז, האט ער אבער נישט געוואלט פאהרן מעהר מיט קיין עראפלאן, מחמת ציווי פון בעלזער רב ווייל יעצט איז שוין נישט קיין שליח מצווה, האט מען געשאפט א בריעף פון הרב אלישיב שליט"א ווי ער שרייבט איהן אז זיין עצם זיין אין ארץ ישראל איז אטובה אין א חיזוק פאר די יושבי ארץ ישראל, דערפאר איז ער נאך אלץ א שליח מצוה, נאר אזוי האט ער מסכים געוועהן צו פארן מיט איין עראפלאן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 02:17 |
|
| |
באטשי,
וואס איז דיין גרויסע וואונדער? ווייסטו דען נישט אז דער סאטמארער רב איז געווען באקאנט אז ער פלעגט זיך פרעגלען להנאתו אויף די זון (כלשונך הטמא) ?
ווייסטו דען נישט די פאקט אז דער סאטמערער רב פלעגט נישט קוקען און א ספר? ביסטו אראפגעפאלען לעצטענס פון די לבנה?
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אלע גדולים וצדיקים סיי בעפאר די קריג, און ווי אויך שפעטער האבן נישט געקוקט אויף זיין זייט! (כולל חסידישע און ליטווישע פון אלע שיכטן און קרייזן)
האסטו אפשר פערצופאל דעם בריוו וואס מורך ורבך בעל שפע חיים האט געשריבן נאכן קריג צו זיין פעטער אדער וועל איך דאס מוזן אפירקראצן און דא ארויפלייגן?
עס דערמאנט מיר דאס ווערטל וואס א קלוגער איד האט געזאגט גלייך נאכדעם וואס דער ברך משה איז געווארן רבי, האט דער איד געזאגט פאר איינעם אזוי: "אויף מיין אלטען רבי'ן קענסטו רעדן וויפיל די ווילסט, אבער אויף מיין נייעם רבי'ן זאלסטו נאר נישט רעדן"... וד"ל
איך האב געקלערט צו ענטפערן קודם אויף אן אנדערן נוסח אבער איך זעה זייער קלאר וואס דיין ציהל איז מאז ומקדם ועכשיו ביותר ע"כ שרייב איך בבחינת עם עקש תתעקש.
אוי לך מיום הדין!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 04:43 |
|
| |
חלומסט
דער בעלZער רב האט נישט געהאלטען אז פארן מיט א עראפלאן איז א סכנה
אדרבה ער האט אפילו געהאלטען אז מען דארף נישט מאכען א ברכה בשם ומלכות ווען מען פארט מיט א עראפלאן ווייל עס איז בכלל נישט קיין סכנה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 05:52 |
|
| |
חן טוב האט רעכט, כ"ק הגה"ק מפאפא בעל ויחי יוסף זצ"ל האט זיך טאקע דערפאר געפירט צו בענטשן גומל בלי שם ומלכות. נאר פלעגט צו זאגן בריך רחמנא מלכא דעלמא שגמלני כל טוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 07:24 |
|
| |
הא הא הא הא הא הא הא.........................
קוק ווער עס רעט
אויך לך מיום הדין !
עס איז א שאד צו רעדען, איך לאך אזוי שטארק אז איך זעה נישט וואס איך שרייב
סאאאאאאאארי
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 07:32 |
|
| |
הרב עובדיה שליט"א איז אפשר מיט איין ענין קלענער פון דעם סאטמארער רב ז"ל, און ענקערע אראבישע צייטונגען רעדען פון אים מיט ווייניגער דרך ארץ ווי פון ענקער א מקוה איד, וואס איז מיט דעם אוי לכם מיום הדין? דארף איך ווייטער שרייבען צו יעצט פארשטייט איר שוין ?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 20:07 |
|
| |
יאסעלע גולם
וואס איז דיין גרויסע וואונדער? ווייסטו דען נישט אז דער סאטמארער רב איז געווען באקאנט אז ער פלעגט זיך פרעגלען להנאתו אויף די זון
אויפן בילד זעהט עס אויס לאור הלבנה?
(כלשונך הטמא) ?
אוי וויי! איך האב גערעט עברית?
ווייסטו דען נישט די פאקט אז דער סאטמערער רב פלעגט נישט קוקען און א ספר? ביסטו אראפגעפאלען לעצטענס פון די לבנה?
יא סאיז קאלט דארט, פאהר איך אויף מיאמי לחונן את עפר ארצנו כמנהג רבנן קשישאי
און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אלע גדולים וצדיקים סיי בעפאר די קריג, און ווי אויך שפעטער האבן נישט געקוקט אויף זיין זייט! (כולל חסידישע און ליטווישע פון אלע שיכטן און קרייזן)
ליטווישע אויך, WOW פארדעהם זעהן טאקע די מקורבים אויס ווי ליטוואקעס זיצען אויסגעשטרעקט בפני רבם מיט די וועסטלעך, ממש יראת הרוממות.
האסטו אפשר פערצופאל דעם בריוו וואס מורך ורבך בעל שפע חיים האט געשריבן נאכן קריג צו זיין פעטער
זעהט אויס ער האט נאך נישט געזעהן די הערליכע בילדער
איך האב געקלערט צו ענטפערן קודם אויף אן אנדערן נוסח אבער איך זעה זייער קלאר וואס דיין ציהל איז מאז ומקדם ועכשיו ביותר ע"כ שרייב איך בבחינת עם עקש תתעקש.
דו האלסט יא פון רבין? זעהר פיין, ווייל אויפן בילד זעהט נישט אויס אז ר' יאסל האט צופיהל געהאלטן פון איהם.
אוי לך מיום הדין!
איך האב דען מזלזל געווען אין זיין כבוד? פונקט פארקערט, איך האב געשריבן אז סנישט לפי כבודו פון א גדול בישראל ווי דער סאטמערע רבי זצ"ל צו מפרסם זיין אזעלכע בילדער, אפשר ביזטו מפרסם בילדער פון די מקוה? האוז אבאוט פון שוויצבאד? אדער אפשר פון איין אונטערזיכונג ביי א דאקטער? טאמער טרעפסטו נישט, ווייס איך איינעם וואס האט בילדער פון די סדר ההכנות לתפילה...
אם אין דעת הבדלה מנין?
"גולם" מיין איך אז איך האב שוין געשריבן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 20:39 |
|
| |
יעדער האלט א אנדערע ביל איז א בזיון
איינער האלט מען טאר נישט מפרסם זיין דעם בילד ווייל עס איז א בזיון, א אנדערער האלט מען טאר נישט מפרסם זיין דעם בילד מיט בן גוריון אין א בלויזן קאפל וועגען עס איז א בזיון. איך פערזענליך נען נישט קיין שטעלונג וועגען די בזיונות.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 20:53 |
|
| |
האלבערשטאם
דער קל"ב רבי האט זיך געטראפו מיט BG און ער וואלט זיך נאכאמאהל געטראפן ווען מדארף, ער האט אויסגעטוהן דעם הוט - כאטש יענער וואלט בעסער געוואלט א בילד פון א רבין מיט א ברייטן הוט און אפשר נאך א קאלפיק- פאר א זעהר פשוטן טעם.
"אין ביהכ"ס גייט מען אהן א הוט"
איך האב פשוט געשריבן אז עס איז נישט לכבודו פון סאטמערע רבין,
איך ווייס נישט פארוואס איינער זאל זיך רעגען צוליעב דעהם.
קענסט שלאפן רואיג איך וועל נישט מפרסם זיין דאס שיינע פאמילי בילד פון מהר"ש מבאבוב מיט די חשובער רביצין אויף די שיף.
|
|
|
|
|