|
|
| נשלח ב-15/8/2007 21:19 |
|
| |
לפיענ"ד זעט מיר אויס, אז דער אשכול האט נאך דערווייל נישט געברענגט קיין שום כבוד, פאר קיין איינס פון די גאונים וקדושים הנ"ל. אפשר איז צייט אויפצוהערן?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 21:59 |
|
| |
ישראל הלוי
דו זוכסט דא כבוד.....
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 23:03 |
|
| |
באטשי
האסט דאך געזאגט אז אין א בית הכסא כאפט מען נישט קיין בילדער, נא פארוואס האב איך געזען יענער בילד?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 23:12 |
|
| |
האלבערשטאם
קושיא עצומה.
קענס פרעגן דעם פאטאגראפיסט אליין, איך מיין ער הייסט עשיו נמרודי לעצטע אדרעסס אין מושב זקנים קיבוץ דגניה ד'.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 23:49 |
|
| |
באטשיניו,
איך קען דערווייל נישט טרעפן דעם בריוו פון קלויזענבורגער רב ז"ל צום פעטער ז"ל, איך ווייס זיכער אז ערגעץ ליגט דאס תח"י, האב איך געקלערט דיר צו בעטן אפשר קענסטו דאס ארויפלייגן? אדרבה לאמיר זעהן צו דער אמת איז נר לרגליך און טאקע איבער דיינע הרגשים!
האט איינער די בריוו? ביטע ארויפלייגן.
א דאנק
הק' מפראג
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 23:53 |
|
| |
יאסעלע החכם
וואס פראווסטו אויפצווייזן?
דו איינציגע זאך וואס דו האסט געוויזן ביז יעצט, איז אז דיין אמונה אין סאקמערער רבין, איז צוליעב ווייל אנדערע האבן געהאלטן פון איהם.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 01:08 |
|
| |
באטשעלע,
שיין קוק איך אויס אז איך דארף קומען און ערקלערן די גרויסקייט פון סאטמארער רב ז"ל, און ווי איך האב שוין געשריבן פריער וואס א קלוגער איד האט געזאגט, וואס היות איינער האט מיר אנגעפרעגט און אישית וואס דער פשט פון יענעם סטעיטמענט איז וועל איך דאס ערקלערן און דערמיט דיר שוין געבן א תשובה אויך און די זעלבע צייט.
יענער האט אזוי געזאגט נאכדעם וואס דער ברך משה איז געווארן רבי "אויף מיין אלטען רבי'ן קענסטו רעדן וויפיל דיין הארץ באגערט, אבער אויף מיין נייעם רבי'ן זאלסטו חלילה נישט רעדן"! און פירוש הדברים און אנדערע ווערטער איז פשוט, ווייל אז א מאן דהו רעדט אויפ'ן סאטמארער רב ז"ל איז ער דאך בעצם נישט קיין קליינער "חסר דעה" און עס איז דאך פשוט זינלאז, איז ממילא רעד וויפיל די ווילסט נאר, ווייל עס איז פשוט נישט דא וואס צו רעדן בכלל כמובן, אבער האט יענער איד אויסגעפירט אבער אויף מיין נייעם רבי'ן טארסטו נישט רעדן, כמובן ווייל עס איז דא טאקע די והותר וואס צו רעדן.. פארשטייט זיך אז יענער איז געווען גאנץ א קנאפער חסיד פון דעם ברך משה..
און ווען איך מיין רעדן, מיין איך נישט אז איינער האט למשל נישט אנגענומען דעם סאטמארער רב'ס אלע שיטות וכדומה און האלט נישט פון אלעם וואס סאטמארער רב האט געלערינט וכו' נישט דאס איז עכ"פ די מדובר דא, נאר אז א הפקר יונג וועט למשל ניצן אזעלעכע ווערטער אז ער פרעגעלט זיך להנאתו אונטער די זון עפ"ל ועוד דברי הבל וואס אויסער די "הזהר בגחלתן" איז דאך אזעלעכע ווערטער סתם נישט "עטיש" און נישט צו דער זאך גערעדט מילד גערעדט! און פארשטייט יעדער בר דעת אז דאס נעמט זיך בלויז פון לעכצען נאך אביסעלע "קינדערישע תשומת לב"... און יעדער באזעסענער מענטש נישט קיין חילוק פון וועלעכער קרייז איבער דער גארער וועלט וואלט פשוט מורא געהאט צו שטיין און ווארט צו אפילו און די ד' אמות פון אזא נערוון קראנקען רח"ל, מען קען דאך חלילה אנגעשטעקט ווערן פון אזא איבערפלוס פון משיגעת רחמנא ליצלן..
און לסיום הדברים באטשי, יא האסט גוט פארשטאנען איך גיי דיר נישט קומען לערנען קיין גרויסקייט פון סאטמארער רב ז"ל אבסעלוט נישט! און קענסט טאקע רעדן וויפיל עס גלוסט זיך דיר (אחריות אלץ הזהר בגחלתן דאס קען איך נישט נעמען אויף מיר כמובן) און נישט נאר אזא אינג ווי באטשי, נאר אפילו איינער וואס איז הונדערט מאל חשובער פון דיר, וואס קען קומען און יאר 2007 און מפקפק זיין און די גרויסקייט פון סאטמארער רב זאל ער רעדן וויפיל ער וויל נאר!
און איך וועל דיר דאס אויך געבן, אז איך הער פון איינעם זאגן אויפן קלויזענבורגער רב ז"ל אזעלעכע ווערטער אז ער פרעגלט זיך להנאתו וכו' וכדומה, האלט איך עם אויך אלץ א חסר דעה וז"פ לכל בר דעת.
איצטער, וואס ארט דיר ארויפצולייגן דעם בריוו? איך וועל עס סוכ"ס געפונען בל"נ, איך וויל נאר זעהן צו די האסט אביסעלע "אומץ" אדער האסטו גאר געהאט שלאפלאזע נעכט איינמאל דער בריוו איז נתפרסם געווארן? און דער בריוו איז דיר גאר כקוץ בעיניך...???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 01:28 |
|
| |
גולם
דא האט איר דעם בריוו. צו רביה"ק זי"ע
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 01:33 |
|
| |
עס איז זייער שווער ענץ צו גלייבן, ווייל אויב דער בעל "דברי יואל" איז געווען ממש אזוי גרויס ווי דער הקוה"ט דער בעל "ברך משה" האב איך א גרויסע פראבלעם,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 01:36 |
|
| |
וואס מען שרייבט אין א בריוו מיינט גארנישט, עס קען האבען פארשידענע סיבות וד"ל,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 20:04 |
|
| |
א דאנק אייך ברית עולם,
האסטו די העתקה אויך? איך האב געהאט די כת"י און אויפן זעלבן פעידש אויך די העתקה, ביטע לייג עס ארויף אז מען זאל קענען לייענען די בריוו.
יישר כח!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 20:48 |
|
| |
יוסלע הגולם
מיט באטשי קענסטי זיך קריגען
אבער נישט מיט אבימעלעבט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 21:44 |
|
| |
יאסעלע
געלעזט דעם פראבלעם, נעניתי לך
אנטשולדיג מיר אז דו האסט דיך באליידיגט פון מיינע לשונות, איך האב געשריבן נאר אז אזוי קוקט דאס אויס.
יעצט אבער אז איך האב געזעהן דעם בריעף פון קלויזנבורגער פארשטיי איך שוין אנדערש.
על כן בעט איך דיך אז ווען אימער מוועט דריקען נאכאמאהל די דאזיקע בילדער, זאלסטו מצרף זיין צו דעם דעם בריעף פון דעם קלויזנבורגער.
נ"ב: איך האב נאך איין קליינעם פראבלעם מיט מיינע בחורים, איך האב זיי דערציילט אז אלס יונגל אין חדר האט מען אונז געזאגט אז דער רבי איז אזא קדוש אז ער לייגט זיך קיינמאהל נישט אין קיין בעט. איז דאס אמת אדער נישט? אויס יא איז מיין שאלה:
וויאזוי מאכט מען אז סזאל שטומען מיט די בילדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 22:19 |
|
| |
זומזום
ביסט גערעכט!!! די חכמה פון אבימעןלעבט איז רשום אויף אפאר הונדערט תגובות זיינע דא אויפן פארק.
יאסל
ביקשת קיבלת.
אגרת שלומים
ששלח האדמו"ר מקלויזונבורג
לכ"ק דודו הגדול
רבינו הק' רבי יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע
ב"ה פעלדיפינג (...)
שוי"ר [=שלום וישע רב] וכטס [=וכל טוב סלה], לכ"ק מרן דודי ההגהצה"ק
[=הרב הגאון הצדיק הקדוש] המפורסם, חו"פ [חסידא ופרישא] נהורא נפישא, שה"י
[=שלשלת היוחסין] בנש"ק [=בנן של קדושים] מגאו"ת [=מגזע אראלים ותרשישים],
עה"י [=עמוד הימיני] נר ישראל וכו', כקש"ת מוה"ר יואל ט"ב שליט"א אב"ק
(=אב"ד קהילת] סאטמאר וכעת בזענעווא.
אחדש"ת הק', הנה כבר כתבתי לכ"ק מרן שליט"א ע"י אמעריקא כי לא ידעתי
מקום תחנותו וכתיבתו, וכעת נוגע לי איה מקום כבודה, ותגדל שמחתי מבית
השואבה בשמעי ששלום באהלו, ובפרט שזכיתי לראות עכ"פ תמונתו הקדושה וצהלתו
בפניו ועוז וחדוה במקומו, וזה תאמץ תקותינו ובטחונינו כי ימהר השי"ת
לנחמינו בקרוב וישיב שבותינו לאה"ק בב"א. הם כבר כתבתי לכ"ק מרן שליט"א,
כי אני בעוה"ר שכול וגלמוד בגולה וסורה, ורק עורי ובשרי אתי, בדד מכל ביתי
ומשפחתי, השי"ת ירחם בתכ"י [=בתוך כלל ישראל] שאזכה עוד לבש"ט [=לבשורות
טובות], ןמבשר טוב ב"ב להרי ציון וירושלים אכי"ר.
אולי באפשרות כ"ק מרן שליט"א לעשות אתנו אות לטובה להוציאנו ממקום הרע
הזה, כי כבר כשל כח הסבל, ולא ארצה להאריך בפרטיות לצער כ"ק מרן שליט"א,
ביודעי כי כללות ישראל בלבו הטהור, אך אחר כל הרפתקאות והסכנות נפשות כרגע
רגע ממש למעלה מכח אנושי, הנה מעמדינו ומצבינו בפה באופן שפלה ודלה
ברוחניות וגשמיות ממש בדיוטא התחתונה, ורק להשי"ת עינינו שירפא שברון
לבינו הנדכה וינהל אותנו בקרוב. נא ונא אל ימוש זכרוני מתפלתו הקדושה,
שתהא העבר עלינו לכפרת עוונותי הרבים, ואזכה עוד מהיום לתשובה שלימה,
ולישב בד' אמות של הלכה בארץ הקדושה בתוככי ירושלים הבנוי' ולשמוע בקול
מבשר ואומר אכי"ר. כ"ד ח"א [=חתן אחיו] ש"ב [=שאר בשרו] הדשק"ת בא"ר [=הדורש שלום
קדושת תורתו באהבה רבה] ובלונ"ח כה"י [=ובלב ונפש חפצה כל הימים] מצפה קרן
התורה בישראל ולנחמה מהשי"ת.
הק' יקותיאל יהודה הלברשטאם אבדקה"י קלויזנבורג
אבקש סליחה על רוע המכתב והמליצה כי חולשת כוחי ועמלי וצרתי תליץ בעדי לטובה.
בצד הגליון:...מכת"י הקדושה להחיות נפשי על האדרסה של הקונוורטה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 23:15 |
|
| |
ברית עולם,
באמת א שיינעם דאנק פאר'ן אהערשטעלן דער כת"י ווי אויך די העתקה.
באטשי, איך האב דיר טאקע גארנישט וואס צו ענטפערן מער, און ווי איך האב שוין אנגעמערקט קענסטו שרייבן וויפיל די ווילסט נאר, און אז איך דארף דיר נאך ענטפערן דארף איך אויך אפשר אן ערנסטע אינטערזיכונג ביי א רופא..
דער בריוו האב איך פשוט געוואלט פאר איין סיבה, דיר מחי' צו זיין מיט א בריוו פון מורך ורבך בעל שפע חיים, וואס אלץ א חסיד האב איך געקלערט וועסטו שטארק הנאה צו זעהן אן העכסט אינטערעסאנטער בריוו פון דיין רבי'ן, און איך בין זיכער אז די ביסט מיר שטארק מכיר טובה..
איך פארשטיי אויך אז אויב האסטו טאקע אויך דעם בריוו תח"י, האסטו דאס נישט ארויפגעלייגט פשוט מחמת זייענדיג פארנומען אדער נישט וויסענדיג ווי אזוי מען לייגט ארויף א בריוו... אבער דער עיקר איז אז דער בריוו איז דא, און שולדיג א הכרת הטוב ביסטו באמת שולדיג פאר ברית עולם..
הק' יוסף מפראג
(הנקרא בלשון חיבה יוסעלע גולם)
|
|
|
|
|