| נשלח ב-12/8/2007 20:46 |
|
| |
סקווער דרייט איבער א וועלט!!!
אין די טעג זענען די עסקנים פון שיכון סקווער פארנומען מיט אביער דרייען דעם כדיר הארץ מיט זייער נייעם שטעטל וואס זיי האבען געקויפט (די "האמאוועק האטעל" אין עלענוויל), ווייסט איינער פאר וועמען, פארוואס, און וואס פארוואס קלערען די סקווערע אז דער וועלט איז אינטרעסירט און זייער פאמפעראציעס? איז דאס א פלאץ וואס דער רבי וועט צווינגען יונגעלייט אהין צו מאפען כדי דער צווייטער זוהן זאל כאטשיג "עפעס" האבען?
מכלומרשט זאגט דער סקווערער רבי אז דער טאטע האט אנגעהויבען און דאס איז נאהר א המשכה און עס איז נישט קיין נייע זאך. וואלט איך געוואלט הערן פון אייך וואס זאגט איהר צו דעם???
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 23:14 |
|
| |
איך זאג אז עס א געוואונטשענע זאך..
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 01:51 |
|
| |
אז דירות וועלן דארט זיין ביליגער איז עס דאך ממש א ישועה פאר זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 02:32 |
|
| |
וויפיל קאסט א דירה אין סקווירא?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 23:19 |
|
| |
,veaz
זאג פונקטליך וואס דיך קרענקט אזוי? איז דאס די אריבער טויזנט
משפחות כ"י אין "שיכון סקווירא", צו האסטו גאר מורא פון דעם וכן ירבה אין
דעם נייעם שטעטל "קרית סקווירא" (מיט מעכטיגע 850 עיקערס)...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 00:40 |
|
| |
און אז מ'רעדט שוין יא פון דעם נייעם סקווערער שטעטל אין די מאונטענס, איז מיר סתם אזוי אינטערסאנט צו פארשטיין:
וואס פשט אז די סקווערע חסידים בויען א שטעטל אזוי ארויף אין די מאונטענס? לדעתי וועט זיין זייער שווער אויפצובויען דארט א ישוב. קודם, איז דאס א וועג פון צווי שעה אוועק פון די סיטי. דערנאך, ס'נאך דערווייל נישט דא אין די געגנט א געהעריגער אידישער ישוב. דאס הייסט מען דארף דארט אנהייבן צו בויען פון אל"ף אל"ף. פארוואס זענען זיי געגאנגען אזוי ווייט ארויף, און נאכדערצו אין א מדבר שממה? (וויזניץ האט עפעס א ישוב, א צוואנציג מינוט אוועק פון דארט, און מחמת סיבות הנ"ל מוטשענען זיי זיך טאקע זייער שטארק).
ואינו דומה דער עקזעסטירנדער "שיכון סקווירא" צו דעם נייעם ישוב. דער היינטיגער "שיכון סקווירא" איז מורא'דיג פראקטיש; ס'איז נישט מער ווי א קנאפע שעה וועג פון די סיטי, און א פינעוו מינוט וועג פון מאנסי, ממש אלע מעלות, אבער דארט אין די הרי אררט? (מיט פופציג יאר צוריק, ווען דער סקווערער רבי זצ"ל האט געבויט דעם היינטיגען "שיכון סקווירא", איז שוין געווען אין מאנסי א שטיקל אידישער ישוב).
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 03:47 |
|
| |
ווען "ק אדמו"ר מסקווירא זצוק"ל האט מייסד געווען דעם שטעטל שיכון סקווירא, איז די גאנצע רעיון פון א אידישע שטעטל אויסערן שטאט געוועזן אינגאנצן פרעמד, פיל מענטשן - אריינגערעכנט רבנים און ראשי קהילות - האבן געהאלטן אז דאס גייט קראכן אין געציילטע יארן, זיי האבן פשוט געשוינט דעם סקווירא רבי'ן זצ"ל אויף דעם "שרעקליכן טעות"...
מאנסי איז דעמאלס געוועזן א ארץ שממה מיט ווייניגער ווי 200 ליטווישע משפחות, בעיקר בשייכות מיט "בית מדרש עליון", אדער סתם יאנג איזראעל טיפ, דאס איז געווען ווי איינער זאל עפענען א שטאט אין א וויסטעניש, קיין "מאנסי טרעילס" איז דעמאלס נאכנישט געוועזן, קיין קארס איז אויך נישט געוועזן ווי היינט, און אלע אידן בכלל האבן געוואוינט קאנצענטרירט אין ברוקלין וויליאמסבורג, ב.פ. קראון הייטס, איסט סייד וועסט סייד אא"וו.
הערשט דערנאך האט וויזניצער רבי שליט"א זיך ארויסגעצויגן קיין מאנסי, סאטמארער רבי זצ"ל האט געעפנט א שטעטל, אא"וו.
היינט איז דא אין די מאונטענס ישיבה סאוט פאלסבורג מיט בערך הונדערט משפחות, ישיבה בית מאיר מאנטענדעיל מיט עטליכע צענדליגער משפחות, קרית וויזניץ מיט 60 משפחות, וואודריזש שול אפן אגאנץ יאר, טאבאק'ס היילענד פארק וואס האט "שבתון'ס" און וועקעשאנערס אגאנץ יאר, "רילעקס אין" אפן אגאנץ יאר, און פיל ווינטערייזד "זומער הייזער" שטעטלעך (ווי לארעל לעדזש, טווין אוקס, לעיק פארעסט, מסורה, אלפיין, ועוד) וואס מ'קומט ארויס אגאנץ יאר אהין אויף שבתים און אויף וואכן און ימים טובים.
היינט איז דא א שטעטל קרית יואל בלויז בערך 30 מייל אוועק פון די האמאוועק (קרית סקווירא), מאנסי 45 מייל, שארטליין אגאנץ יאר, אויך פרייוועט טראנספארטאציע, עטליכע אידישע סופערמארקעטס אפן אגאנץ יאר, און עס איז גאר באקוועם און ריאליסטיש עס זאל זיך בעז"ה גוט אויסארבעטן מיט דער צייט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 14:04 |
|
| |
כ"ק אדמו"ר מטאלנא ירושלים שליט"א וועט זיין נועם הכבוד,
ער פליט ארויס פין א"י מוצאי שבת ביז דינסטאג נאכט
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2007 22:21 |
|
| |
איך פארשטיי באמת נישט veaz פראבלעם.
אויף יעדער לעכל מאכט מען א גרויסע טאראראם.
אין אז מען גייט בויען א גאנצע שטאט וואס וועט זיין פיל מיט תורה, א בית מדרש א ישיבה מיט א תלמוד תורה, מיז דאך דאס אוודאי מאכען כבוד התורה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2007 21:23 |
|
| |
איך ווייס נישט ווי דער אי-עם-טי באלאנגט, אבער דער סאונד דאך ווי אן עכטע ברעין-וואשט סקווערער. וואס מען האט דיר איינגערעדט אין די קינדער יארן קייעסטו דא איבער. אויס די ווייסט איז דער האמאו-וועק(דזאב) בערך 8 מייל אוועק פון עקסיט 113 און די אלע קעמפס און געגנטער איז אלעס מער ארויף אויבען אנבייבענדיג פון 109 ביז 98. האק נישט און קאפ...
ביי-דע-וועי איך ביז סופרייזד וויפיל האבען אדורךגעליינט מיין תגובה!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2007 18:38 |
|
| |
quote לחייםיודען:
ס'נאך דערווייל נישט דא אין די געגנט א געהעריגער אידישער ישוב. דאס הייסט מען דארף דארט אנהייבן צו בויען פון אל"ף אל"ף. פארוואס זענען זיי געגאנגען אזוי ווייט ארויף, און נאכדערצו אין א מדבר שממה?
נישט ריכטיג. איז דא שיינע קהלה מיט "גרויסע" שוהל (קאן זיצען 300 מאן און מעין שוהל). פיין, נישט חסידיש שוהל, אבער פרום ארטאדאקס שוהל:
קהלת עזרת ישראל, עללענווילע, ניו יארק
כשר שוהל, מנין ועוד:
http://www.koshertravelinfo.com/daven/daven.html
_________________
http://www.koshertravelinfo.com
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2007 20:25 |
|
| |
די שול איז צוואנציג מינוט פון האמאוואק.
אגב עס איז געווען א ריזיגע עולם אבער זייער שוואך רבנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2007 01:02 |
|
| |
עס זענען געווןע א סאך רבנים
וראשם כ"ק אדמו"ר מסקולען מבאבוב (45) מטשערנאביל מפאפא ראשי ישיבות לעיקוואד שערי יושר סט פאלסבורג אב"ד ויזניץ בני ברק.
ועוד ועוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2007 01:24 |
|
| |
וויז ענען די צווי שוואגער'ס פין ויזשניץ און רחמס"ט?
|
|
|
|
|