|
|
| נשלח ב-13/8/2007 18:27 |
|
| |
געמיינע יונגען פוסטעווען און רעדן אויף א אדם גדול וואס האט געטאן מצות און מעשים טובים כל ימי חייו.
דער פאקט אז מ'האט אים מקבר געווען אין די ערשטע רייע, לעבן דעם אנדערן איש החסד ורב המעש, ר' שלמה זלמן סאנדער, צייגט אז רבי אביגדור ז"ל איז א געווען א חשוב'ער איד, א רודף צדקה וחסד בכל גופו ומאודו כל ימי חייו.
ויסכרו פי דוברי שקר המדברים על צדק עתק בגאוה ובוז.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 18:51 |
|
| |
רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האט זייער מעריץ געווען דעם גרויסן איש החסד ר' אביגדור ז"ל.
נישט געווען קיין פאל ווען דער רבי זצ"ל זאל אים בעטן א סכום פאר סיי וועלכן ענין, זאל עס זיין די מוסדות הקדושים, זאל עס זיין א צדקה צוועק, איז דער נפטר אלעמאל ק,עגנגעקומען מיט א שמחה, און טאקע דערפאר האט דער רבי זצ"ל אים זייער מעריץ געווען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 19:05 |
|
| |
פומי'ה מלא עפר נאך פאר דעם .
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 19:43 |
|
| |
מ'טאר נישט מקטרג זיין אויף א איד אין די שבעה, אזוי ברענגט די חיד"א, און אויך ברענגט די חיד"א די געוואלדיגע חסד של אמת וואס מ'טוט ווען מ'איז מליץ טוב.
דעריבער היינט יו"כ קטן וועל איך מיר איינקויפן די חסד:
ר' אביגדור איז געווען א פרומע ווארעמע חסידישע איד, שומר תורה ומצוות, ער האט זייער אסאך פריוואטע אידן 'אויפגעראכטן', איך קען עס מעיד זיין, ער האט אין זיינע לעצטע יארן מיטגעמאכט שרעקליכע יסורי הנפש והגוף, בלי גוזמא, איך בין זיכער אז יעדער איז איהם מוחל און קיינער וויל חלילה ער זאל נענש ווערן צוליב פריוואטע אנטשוינונגען, ער האט אויפגעשטעלט א שיינע דור, זיינע קינדער ה' ישלח להם ישועה מן השמים במהרה, זענען באמת גוט הארציגע, צוגעלאזן, זייער עהרליך, קיינער האט אויף זיי קיין תערומות.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, ויהא זכרו ברוך.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 19:58 |
|
| |
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים, ויהא זכרו ברוך.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 20:29 |
|
| |
כער זאגען אז רזאלי האט מספיד געווען הרה"ח שמעון ווייס ע"ה אין בני יואל - חרדים
איז דאס אמת?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 20:30 |
|
| |
האסט שוין אמאל געהערט אז איינער זאל שעלטן זיין גוטן פריינט?
דאס ווייס איך קלאר אז ער האט אים געשאלטן. איך געדענק די מעשה ווי היינט. דארף יעצט איינער אויפקלערן די ביליגע חנופה אקט פון רז"ל.
איך האלט אז ער מעג מספיד זיין וועמען ער וויל, (לערנען וויל ער דאך נישט). אבער זאגן פוסטע שקרים און ביליגע חנופה לעקעריי, איז ממש א גרויל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 20:42 |
|
| |
מקוה איד,
יפה דברת. וואס ס'זאל נאר נישט האבן געווען, איז דער גאנצער שמועס - אין בעסטן פאל - נישט נוגע. און איך בין שטאלץ דערמיט, וואס אין דער סאטמארער מחלוקה געפין איך זיך אויפ'ן צד וואו עס זענען פאראן אזעלכע מענטשן.
פאר די וואס וויל דווקא רעדן פון דער דאזיגער משפחה וואלט איך פארגעשלאגן צו פשוט מתפלל זיין פאר די קינדער, ניצול צו ווערן פון דעם גזר דין וואס האט זיי באטראפן. דעם נפטר'ס קינדער האבן, אפילו לויטן גרעסטן קטיגור, קיינעם קיינמאל קיין שלעכטס געטאן. זיי זענען דווקא בארימטע אנשי חסד. אזא מענטש ווי ארי יאקאבאוויטש'ס פרייהייט איז ווערט יעדן פרייז אויף דער וועלט - נישט בלויז ווייל עס קומט זיך אים, נאר צוליב די הונדערטער מענטשן וואס זענען אין אים אנגעוויזן.
איז עמיצער מיט מיר מחולק?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2007 20:46 |
|
| |
עס איז א ביטערער רחמנות אויף די אהרונים, אז כדי צו דעקן א בן סורר ומורה. איז מען גרייט מבזה צו זיין א רבי'ן זצ"ל.
עס שטעלט זיך ווייטער ארויס אז במשך די לעצטע 7 יאר וואס רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האט געלעבט בתוכינו האבן די אהרונים אים געזוכט מצער צו זיין און מבזה צו זיין פאר די גאנצע וועלט, אלעס אבי צו דעקן א בן סורר ומורה. און זיי גייען נאך אן ווייטער אן מיט מבזה זיין דעם רבי'ן זצוק"ל. א בושה און א חרפה!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 19:42 |
|
| |
אקס, דעמאלטס איז נאר איבערגעבליבן אויף זיין אנדערע ברכה זאל מקוים ווערען בב"א
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 19:52 |
|
| |
און וואס טוט זיך מיט יאסל וואלדמאן?
פארוואס לעבט ער נאך?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 02:35 |
|
| |
ס'דרייט זיך עפעס שמועות וועגן א געוויסן בריוו פון אפאר מאנאטן צעריק וואס ר' אביגדור ע"ה געשריבן קיין ב"ב וועגן איבער בעטן, ווייסט עמעצען אביסל מערער?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 03:37 |
|
| |
איבערבעטען וועם????
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 04:29 |
|
| |
פוסטע שטותים, אהרוני פאנטאזיעס
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2007 04:52 |
|
| |
רבותי,
ס'זענען פאראן מענטשן וועמען דער גאנצער אשכול טוט וויי. צו וואס פעלט דער שמועס אויס? דער נפטר איז שוין אויפ'ן עולם האמת. לאזט די החלטה פאר'ן בית דין של מעלה. אויף וויפיל ס'איז שייך דער פאליטיק אין סאטמאר זענען פאראן גענוג אשכולות וואו צו פארהערן זיך הין און צוריק. די טעמע איז נישט וויכטיג; דער עיקר איז דאך דאס זאגן פארקערט און זיך קעגנזייטיג שטעכן. פארוואס מוז עס זיין פונקט דא, וואו עס טרעפט ציווילע מענטשן פון דער זייט?
|
|
|
|
|