עס קיקט אז ירושלים עיר הקודש איז טאקע נישט אינגאצן הפקר
עס איז נאך טאקע דא עטליכע טעג ביז הר"א מסאטמאר קומט אהין, און פון די אלע ווענט שרייען אראפ ריזען פלאקאטען מיט מחאות אז עס קומט א רב וואס האט פורץ געווען גדרים בדת תורתינו הקדושה.
איך גיי נישט אריין צי סעאיז אויסגעהאלטען אדער נישט, איך בין נישט בכח להכניס ראשי בין שתי הסלעים, אבער רבבות אידן זעען יעדן טאג די טויזנטער פלאקאטען וואס ווארענען אז הר"א טייטלבוים האט געמאכט א טריפה'נעם פאבליק סקול רח"ל, כפירה ומינות אין קרית יואל, און נאך געפערליכע זאכן.
ער מיט זיינע הייליגע שלוחים, יצחק ווייס, נחום אטיק און די אנדערע טוען וואס ער הייסט זיי.
ר' חיים הערש איז טאקע געפארן קיין אמעריקע... און שטעלט אן א פנים אז עס האט נישט מיט אים... אבער ער פאפא קיינעם נישט.
יעדער ווייסט אז ר' חייםהערש בן ר' זלמן לייב טייטלבוים שטייט אינטער אלע פאשקעווילן
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 14/08/2007 22:20:53
_________________
נשלח ב-13/8/2007 17:47
די טפשים האבן געשאסן פאר זיך אליין אין די פיס און אפשר גאר אין קאפ אריין ווייל ווער עס קוקט אהן די פאשקעווילן לאכט פון זיי אין די פויסטן
נשלח ב-14/8/2007 21:54
די זאלונים אין ירושלים זענען זייער צולאזט!
זיי טוען אפ כל מיני שטיקלעך
א משלחת מלאכי רעים פון זיי ובראשם דער הידוע לשמצה י'ב'ר' איז געגאנגען צו הרה''ג ר' דוד סאלאווייטשיק שליט''א און זיי האבן אים געבעטן אז ער זאל נישט גיין צום הנחת אבן הפינה. האט ער זיי גענטפערט: ''עטץ שעמט ענק נישט, איין זון א מוצלח בתוי''ש האט איבער געלאזט סאטמאר'ער רב און עטץ גייט זיך שלאגן מיט אים???!!!.
נשלח ב-14/8/2007 22:48
אזוי האט ער געזאגט?
יעצט גייען שוין אלע תלמוד תורות זיכער ארויסגיין מקבל פנים זיין...
נשלח ב-15/8/2007 00:22
דוד: אך ווי גוט האסט אים גענפערט, quick and to the point
ממש ווי אלע דיינע תגובות, זיך צו באלעקען די פינגער,