|
|
| נשלח ב-13/8/2007 23:50 |
|
| |
איך מיין אז הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג איז אויך געווען א חסיד פון בירך משה אלע יארן... און דאך האט משה פראדעל געשריגן אז ער איז א GOY... און איז א שייגעץ, בלא בלא בלא?
און בכלל, פארוואס האט דער בירך משה געזאגט אין תשמ"ט (געזונטע יארן) אז שמעון ווייס איז מטמא במגע ובמשא?
האט ער אמאל צוריקגעצויגן דערפון, יא אדער ניין?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 01:58 |
|
| |
און אז דער רבי האט געזאגט אויף בערל פריעדמאן ברבים ווילסטו אויך וויסן???
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 02:43 |
|
| |
חכם איינער
ביסט מדמה תשמ"ט צו תשס"א, ווען די מעדיקעל רעקארדס צייגען וואס פראדעל האט אים געגעבן יעדן טאג?
בכלל, ווייסט דאך יעדער אז סיי שמעון ווייס און סיי אביגדור יאקאבאוויטש זענען אים געווען דם שונאים, וואס דרייסטו א שמיטשיק
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 04:22 |
|
| |
גראדע איז דא א זאך וואס "יעדער ווייסט", אז דיין רבי איז נישט מקפיד אויך שמירת עינים, און אויף שמירת הלשון!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 04:25 |
|
| |
און אז דו רעסט פון יארן, פארוואס דער ערשטער טאג חול המועד פסח תשנ"ט האט רבינו בעל ברך משה זצוק"ל געוואוסט וואס ער וויל ווען ער האט "לויט דיין רבי" אים געמאכט פאר רב הצעיר, און א טאג שפעטער האט ער שוין נישט געוואוסט וואס טוט זיך???
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 06:11 |
|
| |
פאטאקי און גאסט,
עס באווייזט זיך דא א פארקערט בילד, די זאלי'ס וואס האבען כל ימיו פונעם בירך משה זצ"ל עם מבזה געווען מיט כל מיני בזיונות און כסדר איבערגעחזר'ט זיינע דרשות וואס איז נישט געווען כפי רוחם, אבער לאחר מותו פראבירען זיי זיך איינצוהאלטען נישט צו זיין א מדבר אחר המת. משא"כ די אהרונים כדי צו פארדאמען הגרז"ל זענען זיי גרייט צו מבזה זיין זייער אייגענעם רבי'ן און ארויפברענגען די שווארצע היסטאריע! איך בין נבהל ונשתומם אז ענק פארופען זיך נאך חסידים פון ענקער רבי'ן!!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 06:21 |
|
| |
אויב מ'איז אן אמת'ער חסיד עקזיסטירט אזא מין מושג ווי "שווארצע היסטאריע", אלעס איז דברי אלוקים חיים. נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 06:29 |
|
| |
דוד, ווייל דאס וואס ער האט געזאגט חוהמ"פ תשנ"ט, האט ער געזאגט תשנ"ח, תשנ"ז, תשנ"ו, תשנ"ה, תשנ"ד, תשנ"ג.....זיינע אלע ערשטע 84 יאר, דער שכל הישר זאגט אז די ערשטע 84 יאר פון לעבן איז מען געזונטער וואו די לעצטע 6...חוץ טאמער מ'האט א אהבה מסתרת/ נועם המידות פארדרייטע קאפ, פארשטייט מען פארקערט...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 19:33 |
|
| |
קושקע איך בין מחולק מיט דיר
ביסט טאקע גערעכט אז דער רבי האט אליין געזאגט פאר מאנטשעסטער רב אז איך האב מורא איך וועל אליין זאגען אנדרעש ווי איך זאג
אבער למעשה ווייסט יעדער בלינדער וואס דא איז פארגעגאנגען
אפאר רשעים האבן פארכאפט די מאכט און אים איינגעשפארט און אים נישט געלאזט זאגען וואס ער האט געוואלט
עס איז באוואוסט פאר יעדן אז מען האט אים 24/7 געהעצט און געהעצט מיט כל מיני שקרים און אים געברענגט כל צרוע וכל זב אלע זיינע דם שונאים ועוד ועוד ועוד
א חסיד הייסט נישט איינער וואס זעט ווי מען טוט דאס פאר זיין רבין און ער האלט מיט
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 19:34 |
|
| |
לו יהא אז דו ביסט גערעכט אז מען ברויך אזוי טאן - לפ"ד העני' פאר א מענטש וואס מען רעספעקטירט ניצט מען נישט אזוינע לשונות וועפען, קאליכען, ווען געווענדליכע קינדער אדער אייניקלעך רעדען פונעם טאט'ן פון אזא אומבא'טעמ'טע תקופה ניצט מען מער א לשון נקי' ווי נישט געזונט געווען וכדו'
אלא מאי,,,,,, די מסקנא לאז איך איבער פאר דיר
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 19:40 |
|
| |
אנטשאלדיג פאטאקי
ווען ענקער רבי איז געפארן קיין פלארידע מיטן כאמישע אסור ראב אין קיינער איז נישט געוועזן און שטוב נאר ר' עזריאל ער האט געכאפט יעדען ביי סורפרייז אין דער רבי האט געשריגן איך וויל זיי נישט זען פאר די אויגן
נישט געווען קיין איין שטוב מענטש
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 19:55 |
|
| |
האסט אליין געזאגט אז עס איז יא געווען א שטוב מענטש
צווייטענס בעפאר דעם איז אויך געווען א שטוב מענטש
דריטענס ווען אזא זאך האט פאסירט אז דער רבי זי"ע האט זיך געטראפן מיט רבינו מהרא שליט"א
האט ער טראץ די אלע העצענישן און אויסבאהאלטענישן אויפגעלאכטן און אים אויפגענומען מיט אזא שמייכעל וואס מען האט נישט געזען די לעצטע זיבן יאר אויף אים
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 19:58 |
|
| |
קיין שום אהרוני האט מיר נאכנישט געענטפערט קיין געהעריגע תשובה אויף מיין שאלה:
פארוואס איז רבינו בעל ברך משה זצוק"ל געווען פעאיג ביי די 88 און העכער זיך שואל עצה צו זיין מיט אים אביער פערזענליכע ענינים, אבער ווען ער האט געזאגט זאכן וואס עס האט נישט געשמעקט די אזויגערופענע חסידים איז ער שוין נישט געווען קאמפעטענט?
אויב וואלט איך געזען אז איינער זאל קומען זאגן, אז פון די 88 און ווייטער זוך איך א פרישן רבי'ן זיך שואל עצה צו זיין וואלט איך אים געהאלטן פאר אן ערנסטער מענטש. אבער צו באשליסן אז פאר מיינע ענינים איז דער רבי גוט זיך שואל עצה צו זיין אבער פאר אנדערע ענינים איז ער נישט קאמפעטענט דער איז א ריכטיגער חסיד שוטה!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 20:13 |
|
| |
ווערבינאיך, יא, יא, יא, און יא. און איך האלט נישט ביים איבערקייען אלטע אויסגעדראשענע ענינים. וואס דו רופסט רופן אין קארט זאג איך הצלת רבינו, וואס די רופסט אהבה מסתרת, רוף איך בזיון רבינו, וואס די רופסט אן 'דערמאנען דעם רבי'ן אז אהרן איז א שיגץ' רוף איך אן נאציזם און צאפן בלוט פון א איד לעת זקנתו, וכדומה. און מיטן אייבירשטנס הילף וועט אונזער רבי'ס כבוד בלייבן על מקומו און מ'וועט עס ח"ו נישט דארפן צוריקשטעלן.
לעכטיגער, ביי געווענליכע קינדער רעדט מען בכלל נישט פון די מצב, ווייל קיינער עביוזד עס נישט. ליידער די הפקר אינגען האבן געמאכט פורים מיט אזא צדיק, ברויך מען צוריק שטעלן כבודו על מכונו אויף אזא אופן ליידער, וואו די גמרא זאגט אין מסכת קידושין אז עס קען זיין א מענטש זאל שטעלן זיין טאטע ארבעטן שווער ביי א מיל און גאר מקיים זיין כיבוד אב, און עס קען זיין א מענטש זאל טריטן זיין טאטע מיט א שיינע וואקאציע צו די שיינע ווארעמע מיאמי ביטש און גאר זיין דער גרעסטער מנוול און עזות פנים.
תוקן על ידי - קושקע - 14/08/2007 20:14:20
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2007 20:23 |
|
| |
פאטאקי,
ווער נאך ווי אן אהרוני ווייסט אז א חסיד הערט נישט און פאלגט נישט אלעס וואס א רבי זאגט, איך האב נישט געזעהן מען זאל פאלגען ווען דיין רבי מהר"א האט געזאגט די א' ב' ג' דרשה, ווען ער האט געזאגט אז די טאטע האט געמאכט זיין ברידער מהרז"ל פאר רב אין וויליאמסבורג, ווייל די האסט אליינס געוואוסט אז עס איז געווען געצוונגענערהייט און ער האט עס נישט ערענסט געמיינט.
די זעלבע זאך דא דארפסטו פארשטיין אז די דרשה איז געזאגט געווארען בשעת כעסו און עס איז א בזיון און זיכער נישט ניחא פאר'ן ברך משה אז לאחר מותו זאל מען אראפברענגען אזא דרשה פון אים.
|
|
|
|
|