אינעם נומער פון ערב שבת עקב האט 'דער בלאט' באריכטעט אז אלוועלטליכע בעלזער חסידים גרייטן זיך אפצוצייכענען די פופציגסטע יומא דהילולא פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע.
מיט א וואך שפעטער , אינעם נומער פון ערב שבת ראה האט 'דער איד' באריכטעט אז בעלזער חסידים האבן אפגעצייכענט די פופציגסטע יומא דהילולא פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע,
און מוסיף געווען דעם טיטל: צדיק וקדוש דומה למלאך ד' צבקות,.
וואס האט פאסירט אז 'דער איד' האט זיך פלוצים דערמאנט אז עס עקזיסטירט אזא באגריף ווי הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע?
אין יאר תשנ''ד צי תשס''ב צי אין אן אנדערע יאר אין די לעצטע 50 יאר האבן דען בעלזער חסידים נישט אפגעצייכנט די הילולא פון הרה''ק מבעלזא זי''ע?
אין די גאנצע 50 יאר איז הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע נישט געווען דער 'צדיק וקדוש דומה למלאך ד' צבקות'?
פארוואס ביז'ן פופציגסטער יומא דהילולא איז געווען די הילולא בבל יראה ובבל ימצא אין 'דער איד'?
לויט'ן ספר הקדוש 'ויואל משה' האט די פופציגסטע יארצייט אן אנדערע הלכה ווי דער צוויי און צוואנציגסטע יארצייט?
אלא מאי?
'דער בלאט' איז דער מורה דרך פאר 'דער איד', און אויב 'דער בלאט' האט מחליט געווען אז מען דארף מאכן א סוף צו דעם טפשות און רשעות פון פארהוילן פון אונזערע קינדער אז בדורינו האט געלעבט אזא קדוש וטהור ווי מהר''א מבעלזא זי''ע, מוז 'דער איד' נאכטאנצן, צי עס שמעקט יא פאר זיינע לייענער צי נישט.
יא! מנשה פילאפף און מיילעך שטערן שרייבן ארטיקל'ן אין א צייטונג וואס איז א תלמיד פון 'דער בלאט', און וואס 'דער בלאט' איז מחליט אזוי דארף מען פיטערן אונזערע קינדער.
שוין אפגעזעהן אז 'דער איד' מאכט נאך דעם 'בלאט' אויף טריט און שריט, אריינגערעכנט , א הויפטנייעס בילד אויפן ערשטן זייט און אלוועלטליכע בילדער ביי נישט-אידישע נייעס מיט בילדער פון אדמורי''ם ורבנים לרחצה, וואס 'דער בלאט' האט איינגעפירט לטובת הכלל אז מען זאל נישט דארפן אנקומען צו די גויאישע צייטונגן און רעליגעז ציוניסטישע צייטונגען און מאגאזינען.
סך הכל: 'דער בלאט' איז דער רבי, מורה דרך, וועגווייזער,
מנהיג רוחני, מנהיג גשמי, פון 'דער איד'.
נשלח ב-13/8/2007 18:45
עס איז ליגענט.
אין ''איד'' האט מען כסדר באשריבן ווען עס איז נפטר געווארן
איינער פון די אגודה גדולים ווי די גערער רבי'ס און הרב שך וכדומה
נשלח ב-13/8/2007 18:53
רמקול
וואס טענה'סטו מיט דעם אקס.
זעטס נישט אז ער זוכט פשוט סחורה.
איך האלט אז ער וואטלט געדארפט שרייבן, אז דער ניו יארק טיימס און דער וואל סטריט דזשוירנעל האבן אנגעהויבן ארויסצוגעבן זייערע צייטונגען, נאכדעם וואס דער בלאט האט באוויזן אויעפצוקומען מיט א המצאה פון ארויסגעבן א צייטונג....
נשלח ב-13/8/2007 18:59
רמקול5 ביטע הויב אן צו ענטפערן צו די זאך.
פארוואס האט מען נישט באשריבן אין 'דער איד' אין די לעצטע יובל שנים
די יומא דהילולא פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע 'צדיק וקדוש דומה למלאך ד' צבקות'?
האט נישט 'דער בלאט' דא געלערנט דעם 'איד' א פרק אין הלכות 'בעלזא'?
איז דאס צי ביטער מודה צו זיין אז דער 'בלאט' איז דער מורה דרך פון 'איד'?
נשלח ב-13/8/2007 19:09
די רעדאקציע פון א צייטונג האט די כח מחליט צו זיין וועלכע יארצייט יא צו באשרייבן און וועלכע נישט.
די 50סטע יארצייט פון רבי אהרן מבעלז זצ''ל האט ''דער איד'' יא געוואלט באשרייבן.
נשלח ב-13/8/2007 19:14
I understand what you say But the question here is Why? did they decide so
נשלח ב-13/8/2007 19:21
מסכים רמקול5, אבער 'דער בלאט' האט דער כח מחליט צו זיין וואס 'דער איד' זאל שרייבן, אפילו עס איז קעגען די פרינציפן פון די לעצטע 50 יאר.
די לייענער פון 'איד' קענען שפייען בלוט און שעלטן, אבער זיי דארפן לעבן מיט'ן מציאות.
ביי מיר אין שטוב קומט ניש אריין דער טמא'נער און גע'אסר'טער ''בלאט'' הידוע לשמצה ,
און דערפאר ווייסן נישט מיינע קינדער און בני בית
אז זיי ליינען דא א מהלך פון דעם אפגעריסענעם ''בלאט''.
נשלח ב-13/8/2007 19:37
ועל כגון דא נאמר: ועל חטא שחטאנו לפניך בלא יודעים
נשלח ב-13/8/2007 20:03
אויב דער ברך משה זצ''ל ואתו עמו הגאונים הצדיקים חברי הבית דין צדק דק''ק יטב לב ד'סאטמאר האבן גע'אסר'ט דעם טמא'נעם ''בלאט'' וועט דאס סוף כל סוף האבן א וויסטע מפלה.
נשלח ב-13/8/2007 20:06
רמקול
הער שוין אויף צו שפילען זאלי.
אפילו די אנדערע שרייבער שפילען מיט מיט דיר, אבער למעשה די ליינער'ס קויפען נישט דיין עקט.