איך ברענג דא אראפ אן ארטיקל וואס איז שוין אמאל געווען אויף הייד פארק, ווייל היות אין די לעצטע וואכן זעט מען אז דער עולם פארברענגט דא זייער אסאך אינמיטן טאג, זאל מען וויסן אז דאס קען אמאל קאסטן דעם דזשאב אויב ציט מען איבער דעם שטריק.
זיכערע וועגן צו פארלירן א זשאב
פון: א. געליטענער
אט האט איר א ליסטע פון זיכערע וועגן ווי אזוי מען קען אפגעזאגט ווערן פון א פאסטן. עס איז גוט צו מאכן א קאפי דערפון און ארויסהענגען אין אפיס. ) נישט פארגעסן צו שרייבן פון ווי עס קומט!).
נישט יעדע פונקט איז אקטועל ביי יעדע ארבעטס פלאץ, אבער עס איז פארט גוט צו וויסן וואס עס טוהט זיך אפ היינט אין די ארבעטס וועלט, ווייל מ'ווייסט דאך נישט וואו די פרנסה קען פירן א מענטש.
קומט שטענדיג שפעט צו דער ארבעט, און פארזיכערט אז איר גייט אהיים פרי. איר ווילט שיקן א מעסעדזש אז איר זענט נישט אינטערעסירט אין אייער פאסטן אדער אייער פערזענליכע הצלחה? אנקומען שפעט און אוועקגיין פרי זענען צוויי אויסגעצייכנטע וועגן דאס צו עררייכן. זיי זאגן פאר אייער פארוואלטער אז אייער איבערגעגעבענקייט איז פעלערהאפטיג, און דאס זענען צוויי זאכן וואס וועלן פארזיכערן אז מ'באמערקט אייך, אבער נישט אויף א פאזיטיוויען וועג.
טוהט דעם אבסאלוט מינימום! – גארנישט מער. איר וועט טאקע פארטיגן די ליסטע פון זאכן 'וואס איר מוזט' טאן יעדן טאג, אבער איר טוהט גארנישט מער. אזעלכע סארט ארבעטער ווערן איבערגעהיפט ווען מ'שטעלט ארבעטער צו העכערע פאסטענס, און זיי לייגן זיך ארויף אויפן שפיץ פון די ליסטע פון די וואס מ'קען זיך באגיין אן זיי. עס וועט קומען א טאג ווען א נייער, ענטוזיאסטישער, פלייסיגער איבער-ערייכער וועט קומען זוכן אייער פאסטן. אויב איר האט געטאן דעם אבסאלוטן מינימום, זענען דא שטארקע אויסזיכטן אז יענער וועט דאס באקומען.
באהאנדלט דאס ארבעטס פלאץ ווי עס איז אייער אייגן פערזענליך געזעלשאפט קלאב. ס'איז זייער גוט צו שאפן זיך נייע פריינט ביי די ארבעט און אויך טעטיג צו זיין אין געזעלשאפטליכן לעבן אבער 'מאכן פריינט' ווערט א פראבלעם ווען איר הויבט אן צו פארברענגען מער צייט ביי די שרייב-טישן פון אנדערע מענטשן ווי ביי אייער אייגנס. אויב איר ווילט זיך ווייטער באקענען און 'גוט זיין' מיט אייערע מיטארבעטער, זאלט איר אנהאלטן א געזונטן באלאנס אינעם ארבעטס פלאץ.
ווייזט אפן אז איר זוכט אנדערע דזשאבס. איר מיינט אז ס'איז א גוטער געדאנק ארויסצושיקן אויף 'פעקס' אייער רעזומעי פון די ארבעט אדער רעדן טעלעפאניש מיט אנדערע ארבעטסגעבער, ווען איר זענט ביי אייער ארבעטס טיש? אייער פארוואלטער וועט האלטן אנדערש. אויב דער דזשאב וואס איר האט גענומען איז נישט רעכט פאר אייך, זאלט איר זיך אומקוקן באשיידן און מיט רעספעקט.
האלט נישט איין דיין נייגער. עס איז א טבע פון ארבייטערס ליב צי האבן צי אריינשטופן די נאז ווי מען דארף נישט ווי למשל באקוקען די טיש פונעם מענעדזשאר אדער זאגאר די בעה"ב אין אויב דאכט זיך אים אז קיינער זעט נישט טרויט מען זיך אפילו צי עפענען די לעדלעך, באטראכטן דאקומענטאן אדער די וועדזשאס פון אנדערע ארבייטערס וכדומה, זייט געווארענט אזא אימבארעכענטער אומאיינגעהאלטנקייט קען אייך קאסטן די דזשאב , אין די ארבייטס וועלט ווערט אזא זאך באטראכט אלס א הארבע פארברעך אין ארבייטסגעבער ווארפן גראד ארויס דעם באטרעפענדעם אן קיין שום ווארענונג ביפאר..
טוהט פערזענליכע געשעפטן ביי די ארבעט. רוב פארוואלטער פארשטייען אז פערזענליכע געשעפטן קומען אונטער פון צייט צו צייט אין די ארבעטס שעה'ן, אבער דאס דארף געהאלטן ווערן צו א מינימום. אננעמבארע פערזענליכע ביזנעס ביי די ארבעט מיינט נישט, צו נוצן קאמפאני צייט אדער טעלעפאנען צו טעלעפאנירן טאטע מאמע, שווער שוויגער, אנדערע משפחה, אייערע פריינט, אדער מאכן פערזענליכע אפוינטמענטס. איר זאלט צוימען די צייט וואס איר נוצט ביי די ארבעט פאר פערזענליכע געשעפטן, אדער איר קענט אייך טרעפן מיט מער ווי גענוג צייט דאס צו ערלעדיגן פונדערהיים...
זייט אומרעספעקטפול אדער 'פאליטיש אומקארעקט' אין ארבייטס פלאץ. 'פאליטיש קארעקט' זיין איז א טעמע אין היינטיגן מאדערנעם ארבעטס פלאץ, און רוב פירמעס האבן 'זערא טאלעראנץ' (דאס מיינט, מ'גיט נישט 'נאך א שאנס') פאר באמערקונגען אדער אקציעס וואס באליידיגן אנדערע. אויב איר האט א 'גוט ווערטל' אבער עס קען עמיצן אביסעלע באליידיגן, איז דאס בעסטע דאס איבערצולאזן פאר אינדערהיים אדער אנדערע געלעגנהייטן, און נישט זאגן עס ביי דער ארבעט.
'טרונקען' אדער נוצן 'דראגס' אין ארבעט טאג. דאס איז זייער אן אויבנאויף זאך וואס זעט אויס ווי איבריג אפילו אויפצוברענגען, אבער די צוויי זאכן זענען זיכער צוויי וועגן ארויסצונעמען פון אייער דזשאב. עס איז נישטא אזא זאך ווי א 'לחיים' ביים מיטאג. אין די ארבעטס שעה'ן, זאלט איר בלויז טרונקען נישט אלקאהאלישע געטראנקען.
פארנוצט נישט ריכטיג דעם אינטערנעט. דער אינטערנעט איז געווארן א הויפט טעמע פאר אמעריקאנע ביזנעסער, וואס היינט קען מען שוין נישט פירן קיין ביזנעס אן דעם, אבער עס ברענגט אויך ערנסטע פראבלעמען און ארבעטער פארלעצונגען. א וויכטיגע שטודיע האט אויפגעדעקט אז פינף און דרייסיג פראצענט (איבער א דריטל!) פון די פירמעס האבן דיסציפלינירט אדער אוועקגעשיקט ארבעטער פאר באזוכן 'וועבסייטס' וואו זיי האבן נישט געטארט גיין. איר מיינט אז אייער פירמע קוקט נישט נאך אייער אינטערנעט באנוץ? טראכט נאכאמאל... לאזט איבער אייער פערזענליכן אינטערנעט באנוץ פאר אייער היים (חלילה!) און פאר אחינו בנ"י מיינט דאס אויך צו זיצן אויפ'ן "פארק" א גאנצן טאג.
נוצט 'אימעיל' צופיל פאר פערזענליכע סיבות. רוב מענטשן האבן צוטריט צו אימעיל דורך זייערע פירמע'ס קאמפיוטער סיסטעמעןל. דאס איז א לוקסוס פאר טייל מענטשן, איבערהויפט פאר די וואס האבן נישט קיין אימעיל אינדערהיים. עס איז אבער פארהאן א גוטע מעגליכקייט, אז אייער פירמע שטעלט נישט צו די אימעיל, כדי איר זאלט קענען אנהאלטן א פארבינדונג מיט אייער חברים... אימעיל ביי דער ארבעט זאל גענוצט ווערן בלויז פאר דעם: ארבעט.
באגייט אנדערע פאטאלע אימעיל טעותים. געדענקט אז אימעיל לאזט איבער שפורן, און מ'קען אבסאלוט האלטן חשבון. ביזנעסער קענען האלטן אן אויג אויפן ארבעטער באנוץ, אפירצונעמען אלטע מעסעדזשעס, און אוטיסרעכענען וואס איר האט געשיקט און פאר וועמען. שיקן אדער באקומען אומפאסענדע מאטעריאל, שטעלן סענסיטיווע ביזנעס אינפארמאציע אין אי-מעסעדזשעס, 'פלעטקען' איבער מיטארבעטער אדער העכערע באאמטע דורך עלעקטראנישע מיטלען, דאס זענען פעלערן וואס וועלן אייך איינשאפן א פערזענליכן באגלייטער צו די טיר. אויב איר ווילט נישט אז אייערע פארוואלטער אדער אנדערע זאלן עס זען, לייגט עס נישט אין אן אימעיל.
( א יישר כוח פאר ידידי הרב פלוני, א אפגעבריטער... וואס האט מיר דאס צוגעשיקט לתועלת הרבים)