פארוואס פארשטייט נישט דער עולם אז עס איז געווען צוויי סטארס מיט די זעלבע נאמען??? אז איין סאטר איז אונטער די השגחה האט דאס גארנישט צוטאן מיט די צווייטע כאטש די בעה"ב פון די בעקריי אין מאנטריאל איז אויך א שותף אין די סטאר אין די קאנטרי מיינט עס נישט אז די השגחה איז גילטיג אויך דארט נאכדערצו ווען עס איז בכלל אנאדערע סארט עסן.
עס איז כדאי צו באמערקן אז דער עולם אין מאנטריאל ווייסט נישט פון די לא סאווע אין שטאט עס איז א בעקעריי וואס איז לכאורה נישט אפען צו דעם פאבליק ע"כ רעדט קיינער נישט פון די צווייטע סטאר.
די סטאר אויף ראד 117 האט דער גאנצער היימישער ציבור איינגעקויפט און זיי זענען שאקירט ביז גאר אז מען האט זיי פארקויפט פראדוקטן אונטער די השגחה פונעם וואלאווער אבער אין פאקט האט דער וואלאווער נישט געגעבן קיין השגחה נישט אויפן סטאר אין נישט אויפ די פליישיגע פראדוקטן בלי שום חולק!!! אין עס איז פשוט אז ער האט נישט געגעבן קיין השגחה דעראויף - חוץ וואס די פאקטן זענען קלאר - ווייל עס איז געווען בעלזער פלייש וד"ל
פאר די וואס ווילן וויסן פארוואס דער וואלווער רעדט נישט פון קיין נייע סטאר נאר פון איין סטאר אין אויך פארוואס ער שרייבט הוסרה השגחה אין נישט אז ער האט קיינמאל נישט געגעבן קיין השגחה, איז אויך זייער אויבערפלעכליך, ער דארף ער נישט אראפנעמען קיין השגחה וואס ער האט נישט געהאט געגעבן... נאר וואס ער האט יא געטון איז גע'קנס'ט דעם בעה"ב אז ער האט אים אראפגענומען די השגחה וואס ער האט אים יא געהאט געגעבן.
ווי איך הער האט דער בעל החנות אראפגענומען דעם השגחה צעטעלע גראד ווי נאר עס האט זיך אנגעהויבן די שערורה דאס איז געווען באלד א וואך פאר דער וואלאווער אין דער וועד הכשרות פון סטמר האבן געגעבן זייער צעטל. דאס איז אויך א באווייז מיט וואס מען האנדעלט דא.
 |
|
|