בית פורומים כל העולם כולו

הזהרו מן הצבועים: רעפובליקאנער בלאפערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/8/2007 16:57 לינק ישיר 
הזהרו מן הצבועים: רעפובליקאנער בלאפערס

אן אריינגיין אין די שמוציגע און גרויליגע דעטאלן פון דעם נושא איז אינטערעסאנט צו עפענען א תגובה איבער די נושא פון די רעפובליקאנער צבוע'קעס וועלכע זענען אלעמאל ביזי צו כאפן יענעם ביי אן עבירה, בשעת זייערע ראנגען זענען אזוי דורכגעפוילט און פארדארבן.

יעדער איינער געדענקט נאך וויאזוי די רעפובליקאנער האבן אויסגעטיילט צרות צרורות פאר'ן געוועזענעם פרעזידענט קלינטאן פאר זיינע חטאים נגד משפחתו ולהבדיל נגד שמים. די רעפובליקאנער האבן געברענגט מעסעדזשעס פון הימל אז קלינטאן דארף נענש ווערן נאך אויף דעם עולם, און האבן זיך געשוואוירן אז דזשיזעס אליינס וויל זען קלינטאן אראפ פון בענקל, און אים באשטראפן פאר זיינע זינד. ס'איז זיי נישט אנגעגאנגען אז זיי וואשן אויס איינעמ'ס פריוואטע שמוציגע וועש אין פובליק און פארשעמען דערמיט אמעריקע כלפי די גאנצע וועלט.

איך בין אויך נישט אין הימל, אבער ס'איז גאר מעגליך אז זיי באקומען יעצט צוריק מדה כנגד מדה, און נאכדערצו מיט פראצענט. יעדע פאר וואכן ליינט מען אין די מידיא איבער פרישע גרויליגע סקאנדאלן ביי די טאפ טאפ רעפובליקאנער, און מען רעדט דא פון אזעלכע מיאוס'ע חטאים וועלכע מאכן קלינטאנ'ס עבירות אויסקוקן ווי מצוות, און אינטערעסאנט איז אז מען כאפט דווקא די רעפובליקאנער וועלכע זענען אלעמאל ביזי מיט יענעמ'ס עבירות.

היוצא לנו מזה אז יעדער גוי איז אייניג פארדארבן, אזוי ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות דער סאטמארער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט, ווען מען האט געוואלט שטימען קעגן א פאליטישאן נאר ווייל ער איז געווען א בעל עבירה, און אלתר משה גאלדבערגער און די קאשויער און אנדערע משוגעים וועלכע פירן א צניעות מערכה קעגן געוויסע פאליטישאנס זאלן זיך איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען אז יעדער פאליטישאן איז אייניג. דער חילוק איז נאר אז די וואס האלטן זיך פרומער זענען פאקטיש מער פארדארבענער.

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2007 21:47 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווער ס'איז ווילד אדער צו וואס אזוינס דו באציסט זיך.

סקוטער ליבי איז נישט געווען א דעמאקראט, און אפילו אויב יא האט ער בסך הכל נאר ארויסגעליקט געהיימע אינפארמאציע און ליגנט געזאגט אונטער א שבועה. איך פארשטיי נישט פארוואס דו גלייכסט אים צו צו די אלע נידעריגע מנובלים.



תוקן על ידי ziskeit ב- 28/08/2007 21:56:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2007 21:52 לינק ישיר 

זיסקייט,

קיינער (עכ"פ אזוי האף איך) איז נישט קיין "חסיד" פון קיין שום יחיד-פאליטישאן - דעמאקראט צי רעפובליקאנער. די חילוקי דיעות שטעקן אין די אינטערשיידן פון די פלאטפארמעס וואס די צוויי פארשטייען שטעלן פאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/8/2007 21:52 לינק ישיר 

ניין איך מיין צו זאגן אז טאמער קענסטו די גאנצע מעשה ווי אזוי ס'האט זיך אויסגעשפילט די מעשה מיט סקוטער ליבי וועסטו וויסן וואס די דעמקראטן זענען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2007 22:27 לינק ישיר 

זיסקייט

פארוועם פון די 17 קאנדידאטן פאר פרעזידענט האלסטו דארף מען וואויטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/8/2007 22:32 לינק ישיר 

אני הקטן

מיין מיינונג איז זשאוליאאאאאאני!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2007 03:38 לינק ישיר 

מיט זשוליאני האסטו גוט געענטפערט. ער איז טאקע אויך נישט אזוי ריין פון עבירות (כאטש ער איז אוודאי נישט פארמישט אין אזעלכע געמיינע עבירות, ווי די אויבנדערמאנטע) אבער עכ"פ איז ער נישט ביזי מיט זוכן שמוץ ביי יענעם און ער איז נישט קיין צבוע'ניק. ער זאגט דיר אפן וואס ער האלט, און טוישט נישט פלוצלינג זיינע פאליטישע שטעלונגען, אזוי ווי מיט ראמני, נאר ווייל ער וויל ווערן פרעזידענט.

אין די דעמאקראטישע פריימערי וואלט איך געשטימט פאר דזשאן עדווארדס, ווייל ער איז דער בעסטער פון די דריי שטארקסטע דעמאקראטן, כאטש איך וואלט בעסער געגליכן דזשאו ביידען וואס האט נישט קיין טשענס צו געווינען, אבער אין די אלגעמיינע וואלן בין איך נאך שטארק ימסופק וואס צו טאן. אויב זשוליאני אדער מעקעין וועלן געווינען די רעפובליקאנער נאמינאציע איז דא א שאנס אז כ'וועל שטימען פאר זיי.



תוקן על ידי ziskeit ב- 29/08/2007 3:41:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2007 05:57 לינק ישיר 

קלינטן האט אויך ליגענט געזאגט אינטער א שבועה

_________________

Support our troops




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/8/2007 06:40 לינק ישיר 

איך וויל מייק האקעבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2007 19:49 לינק ישיר 

האק נישט אין טשייניק און מאך נישט בוש פאר א ג-ט. ער איז א פאליטישאן פונקט ווי יעדן אנדערן פאליטישאן און ער גיט נישט קיין העק פאר דיר אדער פאר מיר. איך האב נישט געזאגט אז קלינטאן איז געווען א צדיק, און כ'גיי נישט נאטס פאר קיין שום פאליטישאן, אז איך זאל קעירן צי ער ווערט געטשעפעט דורך די אנדערע פארטיי. פאליטיק איז פאליטיק און ביז ווילאנג די דעמאקראטן האבן געטראפן זייער אייגענעם קארל ראוו (ראהם עמאניועל) זענען די רעפובליקאנער געווען בעסער אין דוירטי טריקס, און די דעמאקראטן זענען אלעמאל געווען אונטערשטעליג. היינט זענען ביידע פארטייען אייניג לגבי רוב ענינים.

וואס איך האב יא ארויסגעברענגט איז די גרויליגקייט פון פאליטישאנס וואס באשליסן אז זיי פליען אין די הימלען און זיי דארפן ארויפצווינגען זייער רעליגיע אויף אנדערע מענטשן, ווען ביים סוף שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען נאך סאך מער פארדארבן און קראנק לאותו דבר, ווי די מענטשן וואס זיי קריטיקירן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2007 20:06 לינק ישיר 

למשל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הזהרו מן הצבועים: רעפובליקאנער בלאפערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext