בית פורומים כל העולם כולו

די ציונים זענען שולדיג אין 9/11 !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/8/2007 22:29 לינק ישיר 
די ציונים זענען שולדיג אין 9/11 !

ניין, איך בין נישט קיין פאנאטישער מוסולמענער, אדער פארחלומ'טער קאנספיראטאר, איך האלט נישט אז די ציונים מיט אדער אן פרעזידענט בוש האבן אריינגעשאסן מיסילס וואס זעען אויס ווי עראפלאנען אין די צווילינג טורעמס.

אבער א גרונטליכער אנאליז פון באגאבטסטן אידישן שריפטשטעלער הר"ר שאול קליין ני"ו - אויף וועמענ'ס "טאג בוך" אין "די צייטונג" מיר קוקן שוין ארויס עטליכע יאר - צייגט קלאר אז די אויפוואכונג, מעגליך ערפינדונג, פון "ראדיקאלן איסלאם" וועלכער האלט היינט די גאנצע מאדערנע וועלט ביים גארגל, איז א דירעקטער רעזולטאט פון די שוידערליכע התגרות באומות און ווילדע אוואנטורעס וואס די ציונים ימ"ש האבן אונטערגענומען ביי די זעקס טאגיגע מלחמה. די זיגן פון "אידן" איבער אראבער, ספעציעל ווען די רעליגיעזע אפיקורסים און זייערע נאכשלעפער האבן איבערגעדרייט די וועלט מיט זייער "ניסים" פראפאגאנדע, האבן אויסטערליש פארשעמט און דערנידערט יעדן 'פרומען' מוסולמענער, און דער איינציגער ענטפער וואס די מוסולמענער אימאם'ס האבן געקענט געבן דערפאר איז געווען אז די מוסולמענער וועלט איז געווארן צו סעקולער, און מ'מוז טוישן די רעגירונגען אין די מוסולמענישע לענדער צו רעליגיעזע רעגירונגען, א שטייגער ווי איראן איז היינט.

אין יענע מאמענטן איז פארפעסטיגט געווארן דער ראדיקאלער פלאן אין פינסטערן מח פון איימאל על זאווהירי, בין לאדין, און זייערע פארגייער און נאכשלעפער. עס האט געלויטעט אז די מוסולמענער רעגירונגען דארפן ווערן געטוישט פון סעקולערע צו רעליגיעזע, און דערנאך וועט א פאראייניגטער פראנט פון אלע רעליגיעזע מוסולמענער לענדער עפענען א מעכטיגע אפענסיווע קעגן די מערב וועלט און איר איינשלינגען.

דער פלאן פאר זיך איז שוין געווען פיל עלטער, אבער די מאמענטום און שטיצע אינערהאלב די מוסולמענער וועלט איז געקומען בלויז נאך די ראדיקאלע נייגונג צו עקסטרעמיזם אין די אראבישע וועלט, וואס איז געווען א דירעקטער רעזולטאט פון די "ניסים" פראפאגאנדע וואס די ציונים און זייערע נאכשלעפער האבן געפירט אין די גאנצע וועלט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2007 20:12 לינק ישיר 

מבקש

בין לאדין האט עס אליינס געזאגט נאך פאר די 1993 ווארלד טרעיד צענטער באמבאדירונג
אז מען דארף זיך נוקם זיין אין אמעריקע ווייל זיי העלפען מדינת ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די ציונים זענען שולדיג אין 9/11 !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext