היות מיר שטייען היינט נאך די זומער חדשים וואס א גרויס חלק עולם האבן פארברענגט אויף די בערג, מ'איז אהיים געקומען אנגעזאפט מיט פרישע כוחות, אין גלייכצייטיג האבען א סאך אינגעלייט אריין
געכאפט איינס אדער גאר איטליכע טיקעט'ס וואס די ארטיגע רעגירונג שטייט און קוקט ארויס אז מ'זאל באצאלן, עס איז נישט קיין סוד אז א גרויס'ער חלק פין זייער בודזעט באשטייט פון אונזערע טיקעטס.
מיר פון אונזער זייט עכ"פ ברויכן מיר זיי נישט אויסהאלטן ממילא איז כדאי עז אויב איינער האט געפייט א טיקעט זאל ער לאזן וויסען דא פארן עולם אזוי אז א צוויטער זאל קענען לערנען דערפון אין איינשפארן אידיש געלט, צער און עגמת נפש. פארשטייט זיך אליין אז מ'טאר נישט זאגען ליגענט, אבער מ'קען אויספרעגן דעם אפיצער אויף א אופן וואס ער זאל נישט האבען וואס צו ענטפערן אדער ער וועט זיך מוזען סותר זיין און אויב דאס געשהעט וועט איר עפ"י רוב ארויסגיין פריי.
איש את רעהו יעזורו…