א
פאראייניגונג פון פילע קהילות קדושות בישראל האבן זיך שוין געלאזט קאסטן די
קאלאסאלע סומע פון קרוב צו א פופציג מיליאן טאלער אין דעם שטעטל ניובערג וואס איז
א אונטער א האלבע שטונדע פון קרית יואל.
נשלח ב-4/9/2007 01:22
;עס איז באמת א בשורה טובה. מי יודע, אפשר אויף אזא גרויסע בשורה דארף מען גאר מאכען א ברוך הטוב והמטיב!!
אויפצישטעלן א נייע שטעטעל, האט אין זיך אלע מצוות ממה שכתוב בתורה,
גייט עס זיין גענוג ביליג אז אינגעלייט זאלען זיך ארויסציען?
זיי האבען עפעס פלענער פאר פרנסות בעיקר פאר ווייבער פון כולל אינגעלייט?
נשלח ב-5/9/2007 02:16
שר,
איך בין שוין אסאך מאל געפארן דעם וועג, א קנאפע האלבע שעה.
לויט מיינע ידיעות, איז דער גאנצער זאך דערווייל זייער וואסערדיג, זיי האבן כרגע עפעס א פערמיט אויף אפאר הונדערט הייזער (כ'געדענק נישט וויפל, אבער נישט קיין סך), און נאר צו בויען אויף א גרויסן שטח פער הויז, וואס וועט אויטאמאטיש הייבן די פרייז. נאר דער פלאן איז אז איינמאל ס'וועט שוין זיין באוואוינט, וועט מען מאכן אן אייגענעם ווילידש, און דעמאלס וועט מען טוישן די זאונינג און מען וועט קענען בויען מער פער עיקער, און די וואס האבן געקויפט די ערשטע הייזער, וועלן דעמאלס קענען צוטיילן זייערע לאט'ס און מאכן געלט, פון בויען אליינס א הויז דארט, אדער וועט דער דעוועלאפער צוריק קויפן דעם לאט פון דיר און בויען דארט א הויז.
איך ווייס אבער נישט ווי אויסגעהאלטן דער פלאן איז, צוליב כמה סיבות און איינס פון די עיקר סיבות איז אז איך וויל דוקא א מעיאר וועלכער איז לפחות צען דורות א ריינער גוי, נישט קיין גוי גמור, נאר א פלעינער פאלנער גוי. פינטל.
אין א ווילידש וואס ווערט געפירט פון יודן איז א גאראנטי אויף מחלוקת. און איך מיין אז מען דארף נישט קיינע באווייזן דערויף.
נשלח ב-5/9/2007 02:19
סקווער? כתר?
נשלח ב-5/9/2007 05:46
גביר אדיר
איך בין מסכים מיט דיר, אבער צוליעב איין אנדערן טעם
(1) ילקוט שמעוני שופטים - פרק ה - רמז נ צדקות פרוזונו בישראל. א"ר אושעיא צדקות עשה הקב"ה לישראל שפזרן בין האומות כי הא דאמר ליה ההוא אפיקורוס לר' יהודה נשיאה אגן עדיפגן מגייכו דבדידכו כתיב כי ששת חדשים ישב שם יואב עד הברית כל זכר באדום, והא כמה שני איתותביתו בהדן ולא קא עבדינן לכו מידי, א"ל רצונך יטפל לך תלמיד אחד, נופ]ל לו ר' אושעיא א"ל משום דלא ידעיתו היכי תעבדו תקטלינהו כולהו ליתנהו במלכותייכו תקטלו הנך דאיתנהו במלכותייכו קרו לכו מלכותא קטיעא, א"ל גפא של רומי בהא סלקינן ובהא נחתינן:
קיין שום מעלה פאר אידן צו וואינען אין אייגענע שטעט. פאר אלע צוועקן, אריין גערעכנט פארשטייט זיך אזא קלייניקייט ווי פרנסה, איז בעסער צו וואינען צווישען גויים, אזוי ווי אין ניו יארק אדער מאנסי.
פון דעם יקלוט זעט מען נאר אז אידן דארפן וואינען אין אנדערע "לענדער" נישט אין די זעלבע "שטאט" אין אנדערע פלעצער, און אויכט נישט דייקא צווישען גוים.
מיט פרנסה ביזטו גערעכט, אבער ניובארג למעשה איז בערך א שעה צו מאנהעטן, ממילא איז עס נישט אזוי געפערליך ווי די נייע סקווער שטעטל, עס איז 15 מינוט מער פון קרית יואל צו די שטאט, און אז מען קען פארן איעדען טאג פון קרית יואל קען מען פון דארט אויכט.
נשלח ב-5/9/2007 15:33
איש מאנסי,
יא יא, כ'האב טאקע זיי אויך געמיינט. וד"ל.
נשלח ב-5/9/2007 18:05
איש מאנסי געדאנקען
עליכם זאגען מיר אני מאמין...שזאת התורה לא תהא מוחלפת, יישוב ארץ ישראל איז א מצוה שהוא שקולה כנגד כל המצוות שבתורה. אין ארץ ישראל איז איין אנדערע הנהגה.
דער פשט פון דעם מאמר חז"ל איז אז אפילו אין גלות צווישן די גויים זענען מיר נישט אויף איין פלאץ נאר צושפרייט. כדי סזאל זיי נישט זיין גרינג אונז אנצוטוהן צרות
צו וואס דארף מען צו זיין גרויס ביי גוים אין די אויגן. אלע יאהרן זענען אידן אוועק געשטאנען פון דעם. ווער סווייסט די היסטאריע פון פאר די קריג, איז די הויפט טענה צו די אגודה געוועהן ווייל זיי האבן געמאכט איין אייגענע פארטיי און נישט געגאנגען מיט די גויישע פארטייען.
איך מיין אז מען קען אסאך מעהר האבן אין אגויישע שטאט מיט אביסל שמן זית... ווי ביי אידן.
פאר תשובת המשקל זעה א שטיקל אוחה"ק
ויקרא פסוק ב או ירצה כי הגם שעדיין לא שלמו ימי גלות, יביא ה' למנין הנותר מהצער הקצוב אשר הוסיפו בני עולה לענות, ושמו אצל המזבח להשלים בו כפרה הצריכה אשר קצב ה' בגזירת הגלות: עוד ירצה כי יקריב מעשה הצרות לפני מדת הדין שמתיחסת למזבח, כדי לנקום נקם מאויבינו, ואומרו ופשט וגו', להיות שבגדים הראשונים הם לעשות משפט בעושי רעתינו, ועכשיו בא להטיב להוציאנו מהגלות ולהטיב אותנו, לזה ילבש בגדי בחינת ההטבה, כי לא יעכב קיבוץ גליות עד כלות עושי רשעה, אלא תיכף ומיד יקבץ נפוצותינו ויוציא אותנו ממחנה אנשים הרשעים אל מקום טהור היא ארץ ישראל הטהורה כי ארץ העמים היא טמאה היא ועפרה ואפילו אוירה ואין לך מקום שיקרא טהור זולת ארץ הקדושה: