זייט געווארנט! קרעדיט קארד כמו-פראוד!
לעצטנס פארט ארום אויף די אימעילס - זיי כאפן זיך אריין אפילו אין נארמאלע אימעילס - א אפפער פון א קאמפאני וואס רופט זיך USA platinum אדער USA credit אדער ענליך, מיט א רייצנדן פארשלאג צו באקומען א קרעדיט קארד מיט $7,500 קרעדיט אנצופאנגען! ס'קאסט טאקע 150$ זיך איינצושרייבן, אבער געווענליך איז עס כדאי, בפרט פאר איינעם וואס הייבט אן בויען זיין קרעדיט און ער קען נאכנישט באקומען קיין גרעסערע אפפערס.
למעשה איז עס נישט קיין געווענליכע קרעדיט קארד, עס איז בלויז א קארטל וואו מ'קען איינקויפן אויף "זייער" סייט פארשידענע שמאטעס, כמעט נישט קיין ערנסטע זאכן, און מ'קען עס נישט נוצן אין קיין שום אנדערע פלאץ! איינמאל מ'גייט דארט אריין און מ'זעט פון וואס ס'האנדלט זיך רייסט מען זיך די האר פון קאפ פארן צאלן די 150 דאלער אין די וועלט אריין. אבער ווען מ'הייבט אן צו פרובירן צוריק באקומען דאס געלט קען מען צודרייט ווערן ביז איינער הערט דיר אפילו אויס דארט.
דאס איז שוין אויסער וואס זיי געבן דיר א "באנוס" וואס קאסט דיר $20 א חודש, און ס'קומט אן מיט די גרינע גאל עס צו קענסלען.
איך האב יעצט מיטגעהאלטן ביי איינעם וואס האט געקאסט א שיינע פאר שעה מיט קולות וברקים ביז מ'האט צוריק באקומען דאס געלט פון זיי און זיי האבן געקענסעלט די קארטל.
מאכט זיכער ווען איר באקומט אזא סארט אימעיל עס צו שיקן גלייך למנוחה נכונה תחת כנפי הספעם פאלדער. און בכלל זאלט איר קיינמאל אין לעבן נישט אננעמען קיין אפפער פון קיינעם אויב זעט עס אויס צו גוט.
_________________
 |
|
|