די יו"ט פון די צווייטע-טעג סכות איז באמת נישט מעגליך צו באשרייבן, ווען געפילן זאן נאר רעדן וואלט איר געהערט פון מיר א גאנצען טאג די קימענדיגע וואכן,
און ווי מה טובו זאגט, די תורה פון פאר די זעקסטע הקפה, אנגעפילט מיט ברכות פארן ציבור, די אנווינטשען מיט די מוסר ביים באגלייטן וועט נישט ארויסגיין פון אינזער קאפ אזוי שנעל, און נישט נאר דאס, ווער האט דען נישט מיטגעוויינט ביי די תורה פון רבין שמחת תורה ביינאכט, און דאס זעלביגע שמיני עצרת ביים קידוש, ווי רבינו שליט"א האט ארויסגעברענגט אז זיין טאטע, רביה"ק זצוק"ל פלעגט אום שמחת תורה טיילן עפלעך פאר זיינע נאנטע און ווארפן פאר די וויייטע, היינט אויך, פירט די רבי אויס מיט בכיות, ווען מיר זענען שוין ווייט פון אים ווארפט דער טאטע ז"ל אראפ עפלעך פאר אינז, אנגעפילט מיט ישעות און רפאות פאר יעדעם איינעם,
צו ס'איז די טיש די נאכט פון הושענה רבא, נאכן ליינען, וואס ס'איז שוין לאנג נישט געווען אזא ווארימע טיש, דער ניגון "עשה עשה עשה, רבונו של עולם עשה, אוי עשה עמנו וגו'" ליגט מיר אין די ביינער,
און ווער רעדט נאך פון די הושענה רבא דרשות, די זעקס דרשות מיט בכיות נראות, ווי טויזענטער אידן זקנים עם נערים וויינען מיט ווי קליינע קינדער,
די הקפות ביידע נעכט, מיט א ביהמ"ד אנגעפילט מלא על כל גידותיו, די תורה אינצווישן, ווי רבינו שליט"א ברענגט ארויס די שמחה וואס מיר האבן אז מיר זענען אידן, און מיר האבן די תורה, און להבדיל דער צווישנשייד מיטן גוי, בקיצור, עס לוינט זיך צו זיין א איד,
איי די תפלת גשם אום שמיני עצרת, נא, דאס בלייבט ביי מיר אין זכרון אויף אייביג,
ווי קען מען פארגעסן דאס בילד ווי רבינו שליט"א איז עולה לתורה שמחת תורה פארטאגס נאך די הקפות אום 4:30 מיט בכיות נראות "אשר בחר בנו מכל העמים"
ווער רעדט נאך פון שמחת תורה צופרי, איך בלייב שוין שטיין, איך רעדט נישט ווייטער, ס'איז נישטא די ווערטער, וואס זאלעך זאגן, דער עולם, דאס התרגשות, די היץ, רבינו שליט"א'ס נעניום מיטן ספר תורה ביי די זעקסטע הקפה, די תורה אינדערצווישן ווי אויבערדערמאנט, די געפילן ביים זינגען די חרדים, דאס טאנצן, און נאך און נאך, איך קען נישט, און איך הויב נישט אן,
דאס טיש אום פרייטאג צונאכט ברויך אן עקסטערע באשרייבונג,
איך האב געמיינט אז עס וועט זיין אנגעגרייט א קליינער חלק אין די זייט פון ביהמ"ד פאר א טיש, כ'מיין, נאך אלעם, דער עולם איז דאך ביטער אויסגעמוטשעט פון דריי טעג יו"ט, נישט געשלאפן געהעריג, נישט געגעסן געהעריג, מ'לויפט פון ביהמ"ד צום סעודה, און גלייך צוריק, עהה, דאס האביך נאר געמיינט, ארויסגעשטעלט האט זיך אז דער עולם איז פרייטיג ביינאכט אנגעקימען צום טיש ווי גלייך עס איז נארוואס געווארן יו"ט און מ'איז יעצט אויפגעשטאנען פון אפאר שעה'איגע שלאף, דאס ביהמ"ד איז געווען אנגעפילט, נישט קיין וויץ, כ'האב נישט געגלייבט וואס כ'זעה, צוועלף שטאקיגע פארענטשעס איבערן לענג פונעם גאנצן ביהמ"ד און בחורים מיט אינגעלייט שטייען דעראויף און שאקלען זיך און זינגען מיט ווי גלייך מ'האט היינט נישט געזינגען 4 שעה אין איין צו, און געטאנצן אויפן זעלבן פלאץ, און ווייטער אונטן איז אנגעפילט מיט בעלי בתים און עלטערע אידן וואס שלאפן שוין א נארמאלע וואך אין די צייט, און שפרינגען אינטער ביים הערן די תורה,
דאס געזעגענען פונעם יו"ט צוזאמען מיטן שלש סעדות וועל איך איבערלאזן פאר א צווייטן צו באשריבן, ווייל איך פיל אז איך קען נישט, כ'זאג ענק, ס'איז נישט מעגליך, אין איין ווארט, אן "איבערלעבעניש",
און אפילו די באגלייטן, דאס אנווינטשן פונעם רבין, ווי אויבערדערמאנט, און דאס "אמן" פון אזויפיל טויזענטער מענטשן איבער די גאסן פון ניו יארק איז א ריכטיגער קידוש שמים,
און ווי איך האב אנגעפאנגען, וויפיל מ'זאל נאר שרייבן איז עס נאר וואס די פינגער קענען קלאפן, אבער נישט וואס דאס הארץ רעדט.
 |
|
|