בית פורומים כל העולם כולו

ימים נוראים תשס"ח בצל כ"ק אדמו"ר הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/9/2007 15:28 לינק ישיר 
ימים נוראים תשס"ח בצל כ"ק אדמו"ר הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א)

ביטע זיך האלטען אין 1 אשכול ווי ווייט מעגליך



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2007 19:33 לינק ישיר 


כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט אי"ה אנהייבן צו געזעגענען דעם עולם דינסטאג נאכמיטאג אום 6.00 אין וויליאמסבורג, ווי ער וועט פארבלייבן ביז איבער ראש השנה, און וועט זאגן סליחות ערב ראש השנה אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.

רבינו שליט"א וועט אי"ה פירן טיש אלע 3 נעכט יום טוב אין ביהמ"ד הגדול

רבינו שליט"א וועט אי"ה זאגן א תקיעת שופר דרשה ביידע טעג ר"ה,
און שבת קודש נאכמיטאג א שבת שובה דרשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2007 21:34 לינק ישיר 

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 22:59 לינק ישיר 

די יו"ט איז פאראיבער ב"ה מיט גרויס דערהויבנקייט
אבער וואס ס'איז "מיר" געבליבען אין די ביינער איז די תורה פאר די זעקסטע הקפה שמח"ת צופרי, די אלע ברכות וואס די רבי האט געוואונטשען.
און דעם רבי'ןס ווערטער ביים באגלייטען וואס איז טאקע געווען ווערטער וואס וועט אןנז באגלייטען די גאנצע לאנגע ווינטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2007 23:55 לינק ישיר 

די יו"ט פון די צווייטע-טעג סכות איז באמת נישט מעגליך צו באשרייבן, ווען געפילן זאן נאר רעדן וואלט איר געהערט פון מיר א גאנצען טאג די קימענדיגע וואכן,

און ווי מה טובו זאגט, די תורה פון פאר די זעקסטע הקפה, אנגעפילט מיט ברכות פארן ציבור, די אנווינטשען מיט די מוסר ביים באגלייטן וועט נישט ארויסגיין פון אינזער קאפ אזוי שנעל, און נישט נאר דאס, ווער האט דען נישט מיטגעוויינט ביי די תורה פון רבין שמחת תורה ביינאכט, און דאס זעלביגע שמיני עצרת ביים קידוש, ווי רבינו שליט"א האט ארויסגעברענגט אז זיין טאטע, רביה"ק זצוק"ל פלעגט אום שמחת תורה טיילן עפלעך פאר זיינע נאנטע און ווארפן פאר די וויייטע, היינט אויך, פירט די רבי אויס מיט בכיות, ווען מיר זענען שוין ווייט פון אים ווארפט דער טאטע ז"ל אראפ עפלעך פאר אינז, אנגעפילט מיט ישעות און רפאות פאר יעדעם איינעם,

צו ס'איז די טיש די נאכט פון הושענה רבא, נאכן ליינען, וואס ס'איז שוין לאנג נישט געווען אזא ווארימע טיש, דער ניגון "עשה עשה עשה, רבונו של עולם עשה, אוי עשה עמנו וגו'" ליגט מיר אין די ביינער,

און ווער רעדט נאך פון די הושענה רבא דרשות, די זעקס דרשות מיט בכיות נראות, ווי טויזענטער אידן זקנים עם נערים וויינען מיט ווי קליינע קינדער,

די הקפות ביידע נעכט, מיט א ביהמ"ד אנגעפילט מלא על כל גידותיו, די תורה אינצווישן, ווי רבינו שליט"א ברענגט ארויס די שמחה וואס מיר האבן אז מיר זענען אידן, און מיר האבן די תורה, און להבדיל דער צווישנשייד מיטן גוי, בקיצור, עס לוינט זיך צו זיין א איד,

איי די תפלת גשם אום שמיני עצרת, נא, דאס בלייבט ביי מיר אין זכרון אויף אייביג,

ווי קען מען פארגעסן דאס בילד ווי רבינו שליט"א איז עולה לתורה שמחת תורה פארטאגס נאך די הקפות אום  4:30 מיט בכיות נראות "אשר בחר בנו מכל העמים"

ווער רעדט נאך פון שמחת תורה צופרי, איך בלייב שוין שטיין, איך רעדט נישט ווייטער, ס'איז נישטא די ווערטער, וואס זאלעך זאגן, דער עולם, דאס התרגשות, די היץ, רבינו שליט"א'ס נעניום מיטן ספר תורה ביי די זעקסטע הקפה, די תורה אינדערצווישן ווי אויבערדערמאנט, די געפילן ביים זינגען די חרדים,  דאס טאנצן, און נאך און נאך, איך קען נישט, און איך הויב נישט אן,

דאס טיש אום פרייטאג צונאכט ברויך אן עקסטערע באשרייבונג,
איך האב געמיינט אז עס וועט זיין אנגעגרייט א קליינער חלק אין די זייט פון ביהמ"ד פאר א טיש, כ'מיין, נאך אלעם, דער עולם איז דאך ביטער אויסגעמוטשעט פון דריי טעג יו"ט, נישט געשלאפן געהעריג, נישט געגעסן געהעריג, מ'לויפט פון ביהמ"ד צום סעודה, און גלייך צוריק, עהה, דאס האביך נאר געמיינט, ארויסגעשטעלט האט זיך אז דער עולם איז פרייטיג ביינאכט אנגעקימען צום טיש ווי גלייך עס איז נארוואס געווארן יו"ט און מ'איז יעצט אויפגעשטאנען פון אפאר שעה'איגע שלאף, דאס ביהמ"ד איז געווען אנגעפילט, נישט קיין וויץ, כ'האב נישט געגלייבט וואס כ'זעה, צוועלף שטאקיגע פארענטשעס איבערן לענג פונעם גאנצן ביהמ"ד און בחורים מיט אינגעלייט שטייען דעראויף און שאקלען זיך און זינגען מיט ווי גלייך מ'האט היינט נישט געזינגען 4 שעה אין איין צו, און געטאנצן אויפן זעלבן פלאץ, און ווייטער אונטן איז אנגעפילט מיט בעלי בתים און עלטערע אידן וואס שלאפן שוין א נארמאלע וואך אין די צייט, און שפרינגען אינטער ביים הערן די תורה,

דאס געזעגענען פונעם יו"ט צוזאמען מיטן שלש סעדות וועל איך איבערלאזן פאר א צווייטן צו באשריבן, ווייל איך פיל אז איך קען נישט, כ'זאג ענק, ס'איז נישט מעגליך, אין איין ווארט, אן "איבערלעבעניש",

און אפילו די באגלייטן, דאס אנווינטשן פונעם רבין, ווי אויבערדערמאנט, און דאס "אמן" פון אזויפיל טויזענטער מענטשן איבער די גאסן פון ניו יארק איז א ריכטיגער קידוש שמים,

און ווי איך האב אנגעפאנגען, וויפיל מ'זאל נאר שרייבן איז עס נאר וואס די פינגער קענען קלאפן, אבער נישט וואס דאס הארץ רעדט.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2007 00:13 לינק ישיר 

א בילד וואס מ'זעהט 'אפס קציהו' פונעם עולם ביים שלש סעדות און נעילת החג טיש, מ'זעהט א חלק פון די רעכטע זייט,
דאס בילד איז געכאפט געווארן מיט א סעלפאון, דעריבער איז עס נישט אזוי קלאר, ואתכם הסליחה.

ווער עס האט בעסערע בילדער ווערט געבעטן עס ארויפצולייגן און מהנה זיין אנדערע אידן דערמיט,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2007 00:17 לינק ישיר 

ס'איז ריזיג גרויס, כמעט אזוי וואו ביים עלטערן שוואוגער פון בני ברק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2007 00:37 לינק ישיר 

מצורף קובץ

און באלד אזוי גרויס ווי ביי אושפיזא דיוסף אין קרית יואל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2007 01:29 לינק ישיר 

א טייל פון די רעכטע זייט






א טייל פון די לינקע זייט

\



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2007 01:46 לינק ישיר 

דאס אלעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2007 02:53 לינק ישיר 

איך גיי היינט אדורך א קופקע אינגעלייט הער איך ווי איינער שרייט "מאי דהוה הוה"
א סקרוך איז מיר דורכגעלאפען מיינע ביינער זיך דערמאנענדיג ווי די רבי שליט"א שטייט אויפ'ן באלעמער שמח"ת אינדערפרי,
די טלית איבערגעצויגען אויפ'ן קאפ,
אין זיינע הייליגע הענט האלט ער די הייליגע ספר תורה,
זיין פנים פלאמט ווי א מלאך אלקים,
ארום און ארום שטייען טויזענטער טויזענטער מענטשען, שטיל ווי א פיש,
יעדער וויל הערן די תורה פונעם רבי'ן שליט"א פאר די זעקסטע הקפה,
אינמיטען די תורה גיט די רבי א שריי אויס....
מאי דהוה הוה..... אונז נעמיר זיך פאר אז פון יעצט און ווייטער וועל מיר שוין לערנען די תורה (בערך לש"ק)
כ'האב דעמאלטס געשפירט אזוי ווי אלע אנדערע אידען, אז מ'איז א נייע מענטש,
וואס איז געווען איז געווען.......כ'האב אויפ'ן פלאץ מחליט געווען אז צי מיין שיעור אין יסודי התורה וועל איך מוסיף זיין נאך א שיעור.


אשרינו מה טוב חלקינו.... והבדילנו מן התועים.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2007 01:11 לינק ישיר 






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2007 18:40 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2007 19:00 לינק ישיר 

איך הער אז ר' אהרן האט געזאגט , אפילו אויב מען האט ביז יעצט געקוקט דארט וואו מען טאר נישט איז מאי דהוה הוה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2007 19:11 לינק ישיר 

wow
פון ווי הערסטו די אלע זאכען וואס אונז טריי מיר מיט אלע כוחות אז דאס זאל נישט ארויסרינען אין גאס??...

מארגען וועסטו נאך דא ארויף לייגען אלעס וואס ער האט געזאגט און כ'וועל זיך נישט וויסען ווי אהין צו טון....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2007 19:15 לינק ישיר 

ביזט נישט דארט געווען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ימים נוראים תשס"ח בצל כ"ק אדמו"ר הגה"ק מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext