בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מעג מען אנשרייען איינעם וואס איז מבזה א בית המדרש ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/9/2007 19:25 לינק ישיר 

ליתר שאת לאז מיך מסביר זיין,

יא די עלטערע "אינגע לייט" וואס האבען געזען די אלטע וועלט, האבען א ציטער אין הארץ ווען עס קומט די ימים נוראים, איך געדענק נאך גוט ווי כמעט אלע אידן אין בית המדרש האבען געוויינט ביים דאווענען, ביי "המלך" האט אנגענומען א ציטער [די "אינגע אינגע לייט" וועלען לאכען פון מיר אבער שאל אביך ויגדך], 

ועתה,  יעדער איינער ווייסט אז ווען א מענטש האב א געפיל און איז דורך גענומען מיט דעם און עס קומט איינער און מאכט אים קאלט אדער איגנארירט דעם געפיל שטערט דאס זייער,

צו זאגען ניין די ביסט געווארען אין כעס ווייל די ביסט קראנק ח"ו איז געגליכען ווי ווען א פרוי טוט עפעס א זאך וואס איז נישט ריכטיג וואס רעגט זייער אויף דעם מאן, אינשטאט זי זאל איינזעהן וואס זי האט געטועהן, זאגט זי כדרך הנשים אוי מיין מאן איז לעצטענס דיפרעסט פארדעם רעגט ער זיך,

עס שטערט זייער שטארק ווען די אינגעלייט שטייען דרויסען פון בית המדרש און שמוסען בשעת מען זאגט אינענוייניג "המלך" און ממעמקים קראתיך, א בית המדרש קאסט אסאך געלט אויסצוהאלטען, און אסאך מענטשען קומען אין ביהמ"ד צו דאווענען און זיך אנווארעמען די נשמה,

די וואס שמוסען אין דרויסען זיינען נישט פון די וואס זיינען נושא בעול, און קומען נאך שטערן די השפעה רוחנית וואס א בית המדרש דארף צוגעבען,

איך האב שוין זייער אסאך מאל געבעטען די חברה זיי זאלען דאס נישט טועהן, מיט שיינעם וועט דאס נישט גיין, אזוי ווי א דראג עדיקט וועט רעדען נישט העלפען, און איך האב געווסט אז איך דארף פאר דעם צאלען א פרייז, איך בין גרייט אויף דעם,

מהיום וועל איך עס נישט טועהן אליין, נאר איך וועל מיטנעמען נאך א פאר [ציקער ליידענדע מענשטען] און מען וועט דאס סטעפען מיטן גאנצען כח,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/9/2007 23:20 לינק ישיר 

איך גיב שטארק גערעכט פאר אטאז

נישט נאר ווייל עס פארשעמטדעם בית המדרש, נאר ווייל מיינע קינדער טארן נישט זען אז אידען מיט שטריימעל בעקישע האבען אזא קלות אין זיך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/9/2007 23:41 לינק ישיר 

אליה רבא או"ח קכ"ד 

(יב) והשח גוערין בו וכו'. כתב הכלבו דף ט' אוי להם למדברים דברים בטילים או שחוק בשעת התפילה כי ראינו בעוונינו כמה בתי כנסיות שנחרבו על שנהגו בהם קלות ראש, עד כאן. כתב בספר ווי העמודים מן הראוי שכל קהילה וקהילה יעמידו אנשים על זה, אשר ישגיחו בעונשים רבים על המדברים ויבושו אותו ברבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 02:48 לינק ישיר 

עס איז זייער א פארווייטאגטע נקודה.
תוכחה בזמן הזה.
מעיקר הדין זענט איר גערעכט, איינער וואס איז עובר אן עבירה בפרהסיא דארף מען מוכיח זיין אפילו בפרהסיא.
די שאלה איז וועלכע עבירה זיי האבען טאקע עובר געווען, ווען זיי שמועס'ן אינדערויסען פין ביהמ"ד, קיין בפירוש'ע איסור איז נישט דא, כאטש עס קומט אין זכרון דער איסור פין מהלך אחורי ביהמ"ד, און ווייזט אז אים אינטרעסירט נישט, שטייט אויף דעם אין די גמרא גאר הארב, אבער בפירוש אויף אונזער ציור שטייט נישט.
אבער, עס איז אמת אז עס איז דא אין דעם א גדר פין חילול השם, און ממילא מעג מען און מען דארף טאקע מוכיח זיין, אפילו ווען זיי פאלגען נישט, ווייל בשעת מען איז עובר אן איסור דארף מען מוכיח זיין אפילו ווען מען מיינט אז זיי וועלען נישט מקבל זיין (כמפורש לגבי תוס' יוהכ"פ).
מען ברויך אבער צולייגען, אז פאר מען איז מבזה א מענטש שטייט נאך אין די פוסקים קדמונים אז מען דארף זיכער זיין אז מען מיינט כולו לשם שמים, עס איז גאר שווער צו וויסען ווי יענער האלט לגבי דעם. אבער רוב מאהל דארף מען מייעץ זיין מענטשען נישט צו זיין פין די וואס זענען גאטס פאליציי און זענען מבזה מענטשען אויף'ן חשבון פין רבש"ע, ווייל טאמער מען איז נישט אויסגעארבעט אין דעם, לוינט זיך נישט די תוצאות פין מבזה זיין א מענטש.

נאך א נקודה, די גדר פין תוכחה איז עד כדי הכאה, דאס הייסט אז ווען דעם וואס מען זאגט תוכחה איז דיך מבזה איז מען שוין פטור פין תוכחה. און דא זענט איר שוין פטור פין תוכחה.

קוקט אליין ארום, און זעהט וועלכע מענטשען זענען נזהר אין שישקען אין ביהמ"ד בשעת'ן ליינען אדער דאווענען, און זאגט אייך אליין צו ווילט איר אויסזעהן ווי זיי?

און די וויכטעגסטע פין אלעם איז, אז מען דארף וויסען אז מיט גוטען טוט מען אייביג מער אויף ווי מיט בייזען, אויב וועט איר אויספירען אין די אינגעלייט וועלען שוין נישט שטיין אינדערויסען דעמאלס, וועט איר האבען עפעס אויף געטוהן לגבי די אינגעלייט אליין? מן הסתם נישט, מיט גוטען ווען מען רעדט זיי צו אז זיי זאלען זעהן "מיט צו דאווענען" (אנדרעש ווי הייסען בעיקר זיי זאלען אויף הערען שמועס'ן)  און זיך אויף וועקען פין זייער טיפען שלאף טוט מען זיכער מער אויף.

עס איז דא א באקאנט ווארט פין אהבת דודים, כל תפלה שאין בה מפושעי ישראל אינה תפלה. א תפלה וואס האט נישט בכח צו מאכען א פושעי ישראל זאלען אויף וועלען מיט דאווענען, איז נישט קיין תפלה, מען דארף דאווענען מיט א כח המשכה, אז אפילו די קאלטע, זאלען אויף וועלען מיט דאווענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 05:38 לינק ישיר 

שלום

דא גייט נישט אריין אזוי ווייט אין די מצוות תוכחה, ווי דער גרויסער חילול השם רח"ל וואס סווערט נגרם. און צוגאב פון קאלט מאכען אנדערע וואס גייט אריין בגדר כי יסיתך ח"ו.

דאס שרייען אין ליארעמען וועט סוף כל סוף אויפטוען, ווייל די חברה זוכען א גוד טיים נישט קיין בזיונות. פון בזיונות האבן זיי גארנישט, משא"כ דער מוחה שכרו כפול ומכופל דערפאר. אשר על כן מובטחני אז זיי וועלען פריער מיעד ווערען, אין ידידנו אטאז וועט אויפטוהן ויקבל שכרו משולם.

אפילו דו זעהסט דו טוהסט נישט אויף תיכף, אבער לכה"פ אצווייטער אדער אדריטער וועט זיך נישט צו זעצען צו דעם קאווע קלאב.   

ועוד בה שלישיה, די יונגווארג וועלען דאס געדענקען אז סגעוועהן חברה וואס האבן געשמועסט ביי דעם סדר התפילה, אין מהאט זיי גוט אנגעשייגעצט. דורך דעהם  וועלען זיי אביסל מעהר שעצען דאס דאווענען, איך בין זיכער אז דו געדענקסט לטובה יידען וואס האבן מוחה געוועהן קעגען אזוינע פוסטע חברה בנערותך.

מיר קענען דיר וואונשן הצלחה, טאמער וועסטו כאפען בזיונות שכרך כפול ומכופל ואשריך שנתפסת על דברי תורה.

אויף דיע חברה איז א גרויס רחמנות, זיי זענען נישט קיין גויים און נישט קיין אידען, פארשטייען נעבעך נישט די ליכטיקייט פון יידישקייט, די שיינקייט און דערהויבנקייט פון א פסוקי דזמרה, א קרבת אלוקים, א השתפכות הנפש, איין עבודה שבלב. א ביטער רחמנות אויף זיי. זיי לאכען נעבעך ווי א שיכור וואס ליגט אין טינופת און ווערט אנגעשטעקט פון אלע חולאים לאכט פון דען ניכטערן. אשרי דעהם וואס קען זיי ראטעווען

א זיס יאהר




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 06:39 לינק ישיר 

יישר כח באטשי !

איך וויל נאך אמאל מסביר זיין אז איך בין כמעט קיינמאל נישט מוכיח קיינעם, איך פראביר צו זיין פאזיטיוו ווי נאר איך קען, אבער ווי מען האט שוין דא געשריבען אז ווען אינגעלייט ברעכען גדרים און פירן איין קלות'ן ביי זאכען וואס רוב אידן האבען אין די זאכען געפילען, און מען שטעלט עס נישט אפ איז צום סוף ווערט איינגעפירט א קאלטקייט ביים יעדען איינעם, עס ווערט אויס געפיל,

למשל נאך א זאך וואס איך האב באמערקט אז עס זיינען דא וואס רעדען ביי מוסף ראש השנה, אויך א זאך וואס די גרעבסטע אידן פלעגען זיך מיטשען, און איך פלעג הערן ווי מען זאגט אז מוסף ר"ה איז שווערער ווי פאסטען יוה"כ,

מען רייסט אוועק די איינגעפירטע אידישע מנהגים און געפילען, ווי ווייט וועט דאס גיין און ביז ווי וועט דאס אוועק פירן, אפשר צוריק ברענגען די ריפארמער מנהגים און שפילן "בינגו" ביי כל נדרי ? אפשר מעג מען טאקע אן געלט? אזוי וועט מען זיך "אויסליפטערן" און קענען בעסער דאווענען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 18:53 לינק ישיר 

aaatozzz כתב:
איך וויל נאך אמאל מסביר זיין אז איך בין כמעט קיינמאל נישט מוכיח קיינעם, איך פראביר צו זיין פאזיטיוו ווי נאר איך קען, אבער ווי מען האט שוין דא געשריבען אז ווען אינגעלייט ברעכען גדרים און פירן איין קלות'ן ביי זאכען וואס רוב אידן האבען אין די זאכען געפילען, און מען שטעלט עס נישט אפ איז צום סוף ווערט איינגעפירט א קאלטקייט ביים יעדען איינעם, עס ווערט אויס געפיל,

למשל נאך א זאך וואס איך האב באמערקט אז עס זיינען דא וואס רעדען ביי מוסף ראש השנה, אויך א זאך וואס די גרעבסטע אידן פלעגען זיך מיטשען, און איך פלעג הערן ווי מען זאגט אז מוסף ר"ה איז שווערער ווי פאסטען יוה"כ, 


יא, נאך איינע פין די זאכען וואס מאכט געפערליך קאלט אידשקייט, איז זיצען אויפן אינטערנעט שלא לצורך
מאנכע זאגען אפילו, אז עס האט א כח, אראפ צי פירען ח"ו א גרויס חלק כלל ישראל, הש"י

דו זוצט דא אויפן אינטערנעט, וואס אלע רבנים וגדולי ישראל האבען גע'אסר'ט אין דו באוויינסט אז אינגעלייט שמיסען ביי
מוסף, וואס עס איז הינדערט מאל מער אויסגעהאלטען, אויף אידיש זאגט מען פאר אזא איינעם ווי דו GO GET A LIFE 
איך לאז יענעם געמאכט,

ראש השנה מיינט נישט נאר צי זען אז יענער זאל תשובה טיען, עז מיינט אויך אז דו אליינס זאלסט אויך תשובה טיען

היפאקריט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 21:07 לינק ישיר 

קוצימוצי

" וואס אלע רבנים וגדולי ישראל האבען גע'אסר'ט אין דו באוויינסט אז אינגעלייט שמיסען ביי
מוסף, וואס עס איז הינדערט מאל מער אויסגעהאלטען"

ניינציג מאהל איז נישט גענוג?


ביי דע וועי האסט געהערט פון שו"ע ומטה אפרים

שמועסן ביי מוסף שטייט דארט, אינטערנעט שטייט נישט.  





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 21:59 לינק ישיר 

באטשי גערעכט, אין נישט נאר דאס, נאר שפיכת דמים ועבודה זרה שטייט אויך נישט,

הה"ד עם עקש תתעקש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 22:04 לינק ישיר 

סירפרייז

צופעליג שטייט יא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 22:10 לינק ישיר 

יא? 
ברענג מיר אראפ א קאפי פין מטה אפרים ווי עס שטייט אז ביי מוסף דראש השנה טאר מען נישט עובר זיין אויף עבודה זרה ושפיכת דמים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2007 22:28 לינק ישיר 
ער מיינט צו זאגן

אז א זאך וואס שטייט מפורש אין די פוסקים קען מען נישט זאגען מער אויסגעהאלטען ווי א איסור פון רבנים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/9/2007 22:32 לינק ישיר 

קוצי

דו האסט אונז געזעהן ווי מפאהרט אויפן אינטערנעט אינמיטן מוסף?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/9/2007 00:26 לינק ישיר 

וואס איך פארשטיי נישט איז אז מען האקט אויפן אינטערנעט בשעת בעת איז אויפן אינטערנעט, דאס הייסט א היפאקריט,

וואס האט רעדען אין מיטן מוסף צו טועהן מיט שמוסען דא אויף הייד פארק צווישען היימישע אידן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/9/2007 16:29 לינק ישיר 

נאך אלעם וויל איך וויסן צו די אנגעשריגענע וועלן יעצט אויפהערן צו שמועסן?
 יא, איך ווייס די אלע תורות אז "מ'ברויך נישט אויפטוען, מ'ברויך נאר טוען", אבער אן אמת'דיגער לשם שמים'דיגע תוכחה איז מיטן ציל "יא" אויפ-צו-טוען, כדי עס זאל זיין נאך א יוד וואס וועט דינען דעם בוכ"ע. אנשרייען ברבים איז גארענטירט נישט צו העלפן אין דעם הינזיכט.

איך בין נישט מסכים מיט באטשי וואס טענה'ט אז מ'געדענקט לטובה די יודן וואס האבן אנגעשריגן "שמוסערס".
איך האב דאס צו-געזעהן, און איך זעה די רעזולטאטן.
די דעמאלס'דיג שמועסערס האבן א האס צו די "ערליכע" יודן וואס האבן זיי פארשמעט ברבים און געבען איבער די שנאה אויף ערליכע יודן,  צו זייערע קינדער.

דער וגוערין בו דארף געטוען ווערן מיט חכמה. אנשטאט אנשרייען, זאל דער רב פון ביהמ"ד האלטן א דרשה און מסביר זיין וואס דאס איז תפלה, און אריינברענגן א חשקות פאר תפלה. איך ווייס אז דאס פארלאנגט אסאך געדולד און ארבייט, אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד שמים!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מעג מען אנשרייען איינעם וואס איז מבזה א בית המדרש ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.