בית פורומים כל העולם כולו

דער יאר תשס"ז אין סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/9/2007 01:43 לינק ישיר 
דער יאר תשס"ז אין סאטמאר

ווען מ'שטייט יעצט ביים אריינגאנג פון נייעם יאר תשס"ח, וואס אידן איבער די גאנצע וועלט האפן אז ס'וועט זיין א שנת גאולה וישועה, איז פאסיג די צייט צו מאכן אן איבערזיכט אויפן פארלאפענעם יאר אין סאטמאר. עס איז געווען די ערשטע יאר וואס כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א האט איבערגענומען די הנהגה פון די סאטמארע חסידות, און ס'וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט אביסל זיך צו דערמאנען די גוטע צייטן וואס מיר זענען אדורך אין דעם יאר, מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיד, אז כה יתן ה' וכה יוסיף אלף פעמים ככה, עד ביאת הגואל במהרה, אמן.

 - דער אויסטערליש געהויבענער ר"ה אין נייעם גרויסן סאטמארן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, וואס איז 'ארויסגעוואקסן' אין צוויי וואכן. (פאקטן און ציפערן, בילדער)
 - דער וויליאמסבורגער רב שליט"א ברענגט באזונדער צאם ארום 2,000 סאטמארע חסידים אין קרית יואל אין די ר"ה טעג.
 - דער שיינער מעמד ביי תשליך פון די וויליאמסבורגער ת"ת קינדער אינאיינעם מיטן רב שליט"א.
 - די ערשטע שבת שובה דרשה פון א סאטמארער רבי על אדמת אמעריקע.
 - די התעוררות'דיגע תפילות אין סאטמאר במשך יום כיפור, אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג.
 - די הערליכע אושפיזא דמשה אין וויליאמסבורג, בילדער, קליפ.
 - די ריזיגע אסיפה דורכ'ן "ועד הכשרות שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר וויליאמסבורג".
 - דער הייליגער "הושענא רבא", די מורא'דיגע דרשה, (בילדער), און די אומבאשרייבליכע הקפות במשך דריי טעג פון נישט עסן און נישט שלאפן, בלתי לה' לבדו!
 - די היסטארישע חתונה פון די יונגסטע טאכטער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, די איינציגע חתונה וואס א סאטמארער רבי האט חתונה געמאכט א קינד!, בילדער
 - דער גרויסארטיגער שבע ברכות דורך קהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג קליפ

המשך יבא בע"ה, ווער עס וויל קען זיך 'אריינכאפן' און ממשיך זיין אראפצוברענגען די געהויבענע זמנים אין סאטמאר. 

תוקן על ידי - געגאנגען - 18/09/2007 1:47:33



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער יאר תשס"ז אין סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext