*--[if !supportLists]*
*--[if !supportLists]*1) *--[endif]*צוויי ברידער אין באבוב למשפחת ב. וואס זייערע פאטער איז
אין 45 , האבען געקריגען א אויספירליכען באפהעל פון טאטען נישט צו שטימען קעגען
אונגער, אזוי ווי ערליכע יונגעלייט טוען, האבען זיי געפרעגט דעם דיין שליט"א
צו זיי מעגין וואוטען? דער דיין האט נאכגעקיקט די שאלה, און קלאר גע'פסקענט אז זיי
מעגין "נישט וואוטען", און מיזען אויספאלגען וואס זייער פאטער האט זיי
געהייסען, דער פסק וועט לכאורה קאסטין באבוב א גיטע פאר וואוטס, פארפאלען מקען
נישט גיין קעגין די תורה.
*--[if !supportLists]*2) *--[endif]*ר' משה מאיר א. דער ראש הגבאים אין באבוב ( אןיף וועמען
צ.א.ר. פארופט זיך אזוי שטארק) האט אויך געזאגט פאר זיינע קינדער וואס זענען אין
45 , היות ס'איז ביי עם קלאר ווי דער טאג אז דער רצון פון רב ז"ל איז, אז די
נשיאות זאל זיין ביי זיינע ביידע זין, בעט ער פון זיי אז זיי זאלען נישט וואוטען
קעגען באבוב און רצון קדשו פון רבינו הקדוש זצ"ל,
אבער ווען רמ"ד אונגער האט
זיך דערוויסט דערפון, האט ער בכבודו ובעצמו טעלעפאנירט יעקי א. ערב ראש השנה , און
בלי שום פחד ואימה מיום הדין, האט איבער א שעה עם פראבירט איבער צו'ווייזען ער זאל
"יא וואוטען" לטובתו, און נישט פאלגען זיין טאטען. ליידער איז די הסתה
לדבר עבירה עם אפילו נישט געלונגען אויך, פארשטייט זיך, נאך דעם טאנצט זיך אנדערש
"אין קצבה עשה למען שמך".
צ.א.ר. שרייט זיי טוען נאר ווי
די תורה הייסט, ער רופט זיך דער "שר התורה"?
ילמדנו רבינו, אונז לעבען היינט
אין אמעריקא אדער אין רוסלאנד?