ריכטער נעמען זיך אן פאר ר' ישראל אשר וואלעס!
מצורף קובץהיינט האבן די ריכטער קאטעגאריש אפגעווארפן די פארלאנגען פון די פאליציי צוריק איינצושפארן ר' ישראל אשר וואלעס - דער יונגערמאן וועמענ'ס קינד איז נפטר געווארן און די פאליציי מיט די אנטיסעמיטישע חילוני'שע פרעסע האבן איבערגעקערט די וועלט אז ער האט אים במזיד געהרג'עט, רח"ל - און אז מ'זאל פון אים אוועקנעמען די מעגליכקייט צו זען זיין ניי געבוירענעם קינד.
דער אורטייל פון די ריכטער דארף קומען אין צוויי מאנאטן, און ס'איז צום האפן אז די ריכטער זאלן אים ריינוואשן פון דעם פרעכן בלבול וואס די פאליציי האט אויף אים קלאר אויסגעטראכט - ווער ס'האט מיטגעהאלטן אביסל די אויספארשונגען האט גאנץ אפן געקענט זען אז די גאנצע זאך איז געווען געבויט אויף נידערטרעכטיגע פאליצייאישע מעטאדן וואס האבן אים געצווינגען 'מודה' צו זיין אויף א זאך וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגען.
אדרבא, מ'בעט דעם ציבור אינזין צו האבן ביי די תפילות אז ישראל אשר בן ? זאל ארויסגיין פריי פון די רשעות'דיגע הענט וואו ער איז אריינגעפאלן.
ס'איז קלאר אז זיין באשולדיגונג איז געווען א מיאוס'ער פלעק אויפן גאנצן יהדות החרדית, קוקט דא בעיקר ביי די שוידערליכע תגובות וואו די פרייע אנטיסעמיטן גיסן אויס זייער האס און כעס קעגן די חרדים. א אורטייל וואס וועט אים גענצליך באפרייען וועט זיין אן אויסטערלישער זיג פארן גאנצן יהדות החרדית! נעמט עס נישט פאר לייכט!
בייגעלייגט איז א בריוו פון ירושלימ'ער רב שליט"א וואס ער האט געשריבן בשעתו:
_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!

 |
|
|