|
|
| נשלח ב-25/9/2007 00:25 |
|
| |
קאמענטאטאר הצדיק
איך האב שוין געווארט פאר דעם לינק, יעדעס מאל מ'רעדט פון רשב"ן שפרינגט עס ארויף אין עס מאכט אהן א בלבול המוחות, אבער למעשה איך האלט שוין לאנג נאכדעם, איך האב אסאך חוקר ודורש געוועהן מיט זיינע גבאים וכדו', גם בחייו האבען די חברה עהם אלץ גערוידעפט אין באשמיצט ער האט קיינמאל נישט זיך וויסענדיג געמאכט אלץ אנגענומען באהבה. נאר וואס דען אסאך פון די חברה זענען כדרכם געוועהן בייז אויף עהם אז ער טוהט נישט און קיין שום שמוץ והי' רחוק מן הכיעור ובדומה לו, האבען זיי ארויף געלייגט חשדות, זאכען וואס קיינער קען נישט אויף ווייזען פארקערט, והוציאו שם רע על צדיק ונשגב.
ובלי נדר מחר יהי' האות הזה, איך וועל מברר זיין בעז"ה מיט א קלארקייט פארוואס טאקע האט מען חושד געוועהן משה רבינו באשת איש וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 00:36 |
|
| |
יא יא, זכה שלמה'לע אז ער זאל נתגלגל ווערין אין א מזוזה שיידעלע אויף די טיר פון בית יעקב...........
יאך ווייס נישט קיין מעשה'ס יא שמיץ נישט שמיץ, אבער דער אותו האיש גהנם כלה והוא אינו כלה, אויף די אלע נשמות וואס ער האט אראפ געפירט אין תהום, אינגלייט יראים ושלמים וואס האבין פורק עול גיוועהן און ציבראכין זייערע עהרליכע אידישע שטיבער, וואס איך פערזענליך קען א חלק פון זיי.
די גבאים מיט די קושרי קשר של רשעים קענען פארקויפן וואס זיי ווילן, אבער דעם מציאות וואס איך קען פערזענליך וועלין די אלע מעשה'ס נישט משנה זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 02:47 |
|
| |
היט דיין מויל די וועסט נאך איין טאג איינזעהן די אמת
איך פלעג שרייבען אסאך ערגער ווי דיר, גראב און גראב, אמת מארץ תצמח.
די וועסט נאך איין טאג איינזעהן אז דער איד איז געוועהן כולו לשם שמים.
אין דיינע מעשיות וואס איז נישט מעגליך במציאות אז אינגעלייט זאלען אפפארען ווייל זיי האבען געהערט ווי א איד וויינט אויפ'ן בית המקדש!!!, בעט איך דיר זיי מתפלל זאלסט זעהן די אמת, לאז מיך וויסען אין אפאר טאג.
עס קומט נאך גוטע צייטען פאר דיר, עס וועט אלעס נתגלה ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 03:01 |
|
| |
ובכן, די קלארע דיבורים פון מורנו הבעש"ט זיע"א בענין חשדות על צדיק גמור
בספר בעל שם טוב על התורה - פרשת קרח
ג. השונאים הם רוחו של צדיק כמו שהיו ערב רב משורש משה, אלא מפסולת הבירור היו, ודברו עליו כל הרעות שבעולם, ויש לנו קבלה ממרן אלקי הבעל שם טוב, שממש חשדוהו באשת איש, כי כל מה שעשה בלעם הרשע שהיה מניצוצי משה רבינו, הכל דברו עליו וחשדוהו, ולכן אל יתמה על צדיק גמור על מה שמדברין עליו ערב רב רשעים גמורים במה שלא היה במחשבתו כלל, כי אין שום דבר במקרה, כי הרבה פעמים מדברין במה שעשו הם בעצמם, והם משרשו ואינן רואין חוב לעצמן, אלא הכל על צדיק אמיתי ולפעמים מגלגול העבר שפגם בכיוצא בזה בדקות גדול, ועל הכל יתן את לבו לתקן ויקבל באהבה ויבקש רחמים על עצמו ועליהם וימשיך כל טוב:
(נוצר חסד אבוח פ"ו ד"ה אחדות השונאים):
ווער עס וויל זעהן דעם אמת, זאל אדוירך לערנען גיט די 2 שטיקלעך
עוד שם
ה. כגון דא צריך לאודע לחברים העוסקים ביחודו של עולם, אף על פי שאמרו בגמרא (מ"ק די"ח ע"ב) אין אדם נחשד וכו', זהו כשהוא שלא מחמת אויבים ושונאים, אבל אויבים דאפקו לקלא, לית ביה מששא, אף בדבר שלא הרהר בשום גלגול, הרשעים יקטרגו על צדיק ויאמרו, כמו שעשו לרבינו אלקי קדוש מורנו ורבינו אור שבעת הימים הבעש"ט ותלמידו רבינו דוב בער וכיוצא:
ואמר מרן אלקי רבנו אור עינינו המאיר מראש אצילות עד סוף עקבות משיחא הר"ב ישרא"ל ב"ן אליעז"ר שכל מה שעשה בלעם וערב רב אמרו על משה, שחשדוהו באשת איש, על רע שלהם, ולא אמרו כל כך בשקר, שהרי בלעם וערב רב שהם ניצוצי נשמתו, כל מה שעשו אמרו עליו, ואין שום מציאות בלתי השם יתברך ויתעלה, וחרפת חורפיך נפלו עלי (תהלים ס"ט), ומשה וצדיקים עוסקים בתיקונו של עולם לתקן הכל, והכל מתוקן לסעודה:
(נ"מ בנתיב היחוד שביל ו' אות ה'):
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 03:23 |
|
| |
סתם פאר אינטערעסאנטקייט,
א נקודה למחשבה,
איז "קשר" "עבד עברי"?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 04:02 |
|
| |
איך ווייס נישט צי ער איז עבד עברי, אבער א עבד נרצע איז עהר א מאהל זיכער, אין ליידער צו די סטרא אחרא פין א פושעי ישראל, וואס האט אפשר מטהר גיוועהן טמאים אבער ער האט זיכער מטמא גיוועהן טהורים, דער שוטה ברענגט מיר מעשעלעך פון די גבאים, כאילו ער האט גיווארט צו הערין פון זיי אז ער איז גיוועהן א נואף אין מחטיא את הרבים, א שוטה פון א מענטש וואס האט נאך די חוצפה זיך באנוצן מיט חז"ל און בעש"ט אויף מכסה צו זיין אויף ערוות אחרים.
און אמת'ן איך בין שטארק מסופק צו דער פארשוין איז באמת זיין חסיד שוטה צו נישט, ענדערש איז עהר א איפכה מסתבראניק, וואס האט א עקסטרן תענוג צו הערין די תועבות פון דעם איש מתועב, והראי'ה זעה זיינע ערשטערע הודעות, ודו"ק כי עמוק הוא.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 08:51 |
|
| |
רבותי פארגעסט נישט איין זאך אז א מענטש טוט אן עבירה בצנעה און איינער גייט אין איז עס מפרסם איז ער א חוטא ופושע, ווען מען מעסט א מענטש קען מען נאר פון זיינע מעשים בפרהסיא,
וואס ער האט געטוהן בפרהסיא איז נאר געווען מקרב צו זיין אידן, וראה ריטב"א סוף מסכת קידושין, קיינער פון ענק ווייסט נישט זיין אמת'ע פנימיות,
איך גלייב נישט אז עס איז דא איין איד וואס איז פארדארבען געווארען דורך אים, נאר אדרבה ער האט אפגעראטעוועט גאנצע דורות,
ער האט מיר אליין געזאגט אז ער האט א רשימה פון איבער 1000 נשמות וואס זיינען היינט נארמאלע שומרי תו"מ וואס ער האט זיי מקרב געווען און זיי שעמען זיך צו זאגען אז זיי האבען עם אמאל קעגענט עכ"ל,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 08:53 |
|
| |
איך גלייב נישט אז איר האלט אז עס איז גלייך מפרסם צו זיין די פנימיות און מעשים נסתרים פון פארשידענע שיינע אידן וואס האבען זייער בילד און כל העולם כולו,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 14:25 |
|
| |
לענ"ד איז קשר א באצאלטער אויפצובליען חדשות אנ"ש.
אמאל האבן מיר געמיינט אז באטשי (ביסטא?) האט ליב צו צימבלען, יעצט קומט
פרישע אויף די מארקעט וואס פאקן איין די אלטע. האלט אייך געשפאנט! עס ערווארט אייך א צוקונפט פיל
מיט אקטיוויטעטן! 
ערנסט גערעדט, באטשי, איך האב נאכנישט דורכגעטון זיין היסטאריע, און דער לינק דארט קום איך נישט אן צו ליינען. דערצייל עפעס מער איבער שלמה, און וואס גענוי ער האט געטון קעגן די תורה.
קשר, איך זעה אז דו האלטסט אז ווען שלמה וואלט געלעבט בימי הבעש"ט וואלט ער געווען די יורש הבלעדי פונעם דרך החסידות. אדער גאר א קאמפעטישען מיטן בעש"ט אליין. אמת?
(תוקן: פארוואס קומט נישט ארויף די סמייליס אין מסורת? באטשי אויב זעסטו נישט דעם שמייכל נעם עס אן ערנסט :), )
תוקן על ידי אהליצדיקים ב- 25/09/2007 14:26:04
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 15:50 |
|
| |
איי מיין טייערע שעפסעל!
איך זעה אז די ווילסט באמת אנקומען לסוף דעתו וואס דער איד איז געוועהן, עס איז טאקע א מיסטעריע, אבער אזוי פיל וויל איך יא זאגען.
איך בין געוועהן אסאך א גרעסער מתנגד ווי דיר, איך האב געשריגען כל דבר אסור. ביז איך האב געזעהן ווי דער רשב"ן וויינט אויפ'ן בית המקדש מיט אזעלכע טרערען, קיין איין רבי היינט האב איך נאך נישט געזעהן אזוי, אין ער שטייט מיט די עולם אין נישט כנגד מקום המקדש.
ווילסטו מיט דיין שכל זאגען אז ער איז געוועהן א נידעריגע מענטש?
הלמאי, ווי קען ער רעדען די גאנצע צייט פון די רבוש"ע אין מאכען אלפי אלפים 1000'טע בעלי תשובות.
קומט אויס לויט דיר איז ער געוועהן א שפילער, ער האט נישט געמיינט די אלע זאכען, אין די אלע בכיות, נאר אן אקטאר ACTOR
אויב אזוי געב עהם כאטש די WORLD RECORD FOR ACTING ALL HIS LIFE.
IT JUST DOES NOT MAKE ANY SENSE WHAT YOUR SAYING. SHEPSEL
נאר די אמת, אז צו קוקען אויף א צדיק נסתר שטטיט און תולדות, ווי קען זיין אז ס'דא וואס זאגען ער איז שלעכט אין ס'דא וואס זאגען אז ער איז א קדוש עליון...
די תירוץ, אז א צדיק נסתר, איז א שפיגעל! ווי אזוי די ביסט אזוי זעהסט די עהם. ממילא וויל איך נישט קיין שלעכטס רעדען אויף קיינעם, נאר אויב זאגט מען אז א צדיק נסתר איז א רשע ח"ו אין א נואף, איז מען דאס אליינס, אין פארקערט ווער עס זעהט די פינטעלע הארץ אז ער איז א קדוש וטהור, דאן אשרי לו ואשרי חלקו.
איך בין גרייט זיך צו טרעפען מיט דיר שעפסל דא אין ניו יארק, אין איך וועל דיר ווייסען אפען אז יש מנהיג לבירה, ליידער זעהט אויס אז דיין אמונה בד' ובמשה עבדו איז גאנץ שוואך, ונזכה ונחי' ונראה מיר זאלען שוין זוכה זיין צום מלוך על כל העולם כולו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 16:01 |
|
| |
נאך 2 קליינער נקידות
משום ב' טעמים וועט זיין שווער פאר אייך צו באגרייפען די הייליגע דרך פון הבעש"ט ותלמידיו, וביניהם הרשב"ן
א) אויב ליגט איר פאליטיק ומחלוקת ח"ו בחצרות הרבי'ס בעוה"ר, וועט איר שרייען אז אחדות אין אהבת ישראל איז דאך כנגד התורה! (ח"ו) דאן איז ליידער פאר אייך פארמאכט די תורת הבעש"ט אין מ'קען זאגען נשתכח
ב) אויב איהר האט געהאלטען עד היום אז מ'רעדט פון א נידעריגע מענשט, קומט אויס אז איהר האט געלעבט 20 יאר אין א טעות, דאן וועט איהר זיך האלטען ביי אייערס, (אבער די יסוד דרך הבעש"ט איז הכנעה אין מדת האי"ן) ממילא זיך מכניע צו זיין איז דאך אויך א קעגען די תורה (ח"ו)
אדרבה זייטס גיט מתפלל, הוראני ד' דרכך אהלך באמיתך, איך זאג אייך צו דער רבוש"ע וועט די טויערען פון דרך הבעש"ט עפענען פאר אייך, אין איר וועט קומען צו לויפען זאגען אז אמת מ'רדעט פון א קדוש עליון בתכלית ההסתר, אין די עיקר עיכוב הגאולה איז מחלוקת ושנאת חנם.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 17:02 |
|
| |
וואס איז דער ציל פון קשר1 מיט'ן ארויסצושרייבן זיין נאמען, פריער אינגאנצן און נאכער פארקירצט צו ר"ת ד.כ. ?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 18:13 |
|
| |
קשר
איך זעה סגייט דיר אהן גאר שטארק,לאמיך מיר נעמען צייט צו ענטפערן א ווארט'
א) לפענ"ד מישט דו אויס צוויי זאכען, דו ברענגסט ראיות פון משה רבנו מיט אינדערע צדיקים וואס מען האט זיי חושד געוועהן אומזינסט.
דא רעדט מען נישט פון א חשד. דא רעדט מען פון גראבע עבירות ממש. לאמיך דיר מסביר זיי
דער לינק פון די לילית חברה איז נישט נאמן ביי מיר אויף כי הוא זה, אויף זייערע מעשים מגונים וואס זיי באשרייבן, זיי זענען רעפארמער און זייער גאנצער תכלית איז באשמוצען אידען מאמינים, וואס שלמה איז טאקע געוועהן.
איך רעד פון דעהם וואס דו אליין ביזט מודה, נגיעה, קריבות לשם חיבה, נישוק, פון עריות איז א זעהר הארבע עבירה לכל הדיעות. אביזרייהו דגילוי עריות וואס לרוב שיטות איז עס יהרג ואל יעבור, ווען מטוט דאס ברבים און דערצו איין אנגעזעהנער מענטש, איז דאס א מחלל שם שמים ברבים. וואס איז די הארבסטע עבירה שבתורה.
אליהו בהר הכרמל איז געוועהן א נביא אין געטוהן על פי הדיבור, אברהם אבינו, אהרון הכהן, דוד המלך, דאס זענען געוועהן נביאי השם. און אפילו לשיטתך - הפסולה- אז סאיז געוועהן א פגם, איז דאס געוועהן איינמאהל. מה שאין כאן איינער וואס פירט זיך דאס גאנצע לעבען נגד השי"ת, און מיינט אזוי טוט ער אנחת רוח פאר אייבירשטן, איז ער אדער א) איין עם הארץ גדול, ב) כופר בתורת משה, ג) א שוטה גמור, ד) אדער - וואס איך מיין ער איז געוועהן א בעל תאווה וואס פארענטפערט זיך און עס ווערט איין עבר ושנה. .
לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם זו עריות איז א מצוה תמידית וואס גייט אהן 24/7 נישטא אויף דעהם קיין וואקעשאנס.
איז דיין גאנצע תורה פון חשדוהו למשה רבנו אוועקגעפאלען לגמרי.
ב) יעצט קומסטו צוגיין מיט עבירה לשמה.
זאג איך דיר אז דו ביזט טאטאל אומגערעכט. ער האט נישט מקרב געווהעהן קיין איין מיידל דורך קושן זי, ביזט נישט קיין נאר, לייען איבער דאס ארטיקל פון דעם לינק, וועסטו זעהן אז די מאדנע מעשים - איך רעד נישט פון די מעשים מגונים נאר פון די קריבות - האבן מרחק געוועהן נישט מקרב געוועהן. יעדער בר דעת פארשטייט דאס אליין אז דאס מין הנשים האט מעהר דרך ארץ פאר פרושים ווי פאר אנדערע. ווי סאיז מרומז בפסוק ואל אישך תשוקתך איז והוא ימשל בך.וד"ל. זיל קרי בי רב הוא,
ליובאוויטש מיט ערכים צו אור שמח, אש התורה, ברסלב, מאכען אלפים ורבבות בעלי תשובה אהן טאנצן אין קושן פרויען רח"ל
פאלט אוועק דיין עבירה לשמה ארגומענט
ג) דו קומסט צוגיין מיט זיין לומדות אין גאונות. ווי אזוי קען מען לערנען תורה בטומאה? די חז"ל אין סנהדרין שרייבן אז דער יצרא דעריות איז פונקט אזוי הארב ווי דער יצרא דע"ז, דעם צווייטן האט מען פארטיליגט און געהארגעט, דער ערשטער אבער לעבט נאך אין קאפעט ווי א ווילדער געזונטער אקס. מיר האבן אבער נאר צוויי שמירות קעגען איהם, 1) אין יצר הרע שולט אלא במה שעיניו רואות, אז מהיט זיך די אויגן הייבט זיך נישט אהן די פראצעס פון עין רואה לב חומד וכלי מעשים גומרים, 2) די בושה, לבעבור תהיה יראת השם על פניכם וגו' מכאן אמר ר' מאיר כל המתבייש לא במהרה הוא חוטא, דער רשב"ן דיינער האט נישט געהאט קיין איינע פון די ביידע שמירות, ווילסטו מיר איינרעדען אז א בחור זיצט אהן א ווייב יאהרן לאנג אין בערקלי קאלעדשז אין קושט אין טאנצט מיט נשים, אש בנעורת ואינו מתלקחת? די חז"ל האבן זיך נישט געטרויעט אליין, הזהרו בי מפני כלתי, אין מיר דארפן געטרויען איהם?
ער האט געהאט א מקוה דארט? אזוי האט ער געלערנט זיין תורה?
דאס איז דער דרך הבעש"ט? קוק אריין אין מאור ושמש אז דער עיקר דרך הבעש"ט איז לערנען בטהרה
ד) יעצט קומסטו צוגיין מיט מאכען בעל תשובות.
אין עבירה מכבה מצוה ואין מצוה מכבה עבירה. איך וועל דיר ווייזען אז ירבעם בן נבט וועלכער איז געוועהן דער גרעסטער בדורו. האט געטוהן א געוואלדיגע מצוה, און אין די זעלבע רגע איין עבירה וואס דורך דעהם איז ער נטרד געווארן מן העולם
(4) ילקוט שמעוני מלכים א - פרק יא - רמז קצו
. אמר רבי יוחנן מפני מה זכה ירבעם למלכות מפני שהוכיח את שלמה, ומפני מה נענש מפני שהוכיחו ברבים שנאמר וזה הדבר אשר הרים יד במלך שלמה בנה את המלוא סגר את פרץ עיר דוד,
די זעלבע רגע א מצוה מיט איין עבירה.
קוק אריין אין שפת אמת אויף יוה"כ ווי גרויס ירבעם האט געמיינט לשם שמים מיט זיין חוטא ומחטיא, פון דעסט וועגען דאך איז ער דער מוסטער פון דעם גרעסטן רשע בכל הדורות. און ירבעם איז געוועהן א נביא וואס האט גערעט מיט השי"ת.
דו ווייסט אז דער רמב"ם שרייבט אז ישו הנוצרי מיט מוחמד העלפן אויך פארשפרייטן מלכות שמים.
5) זיינע ניגונים.
ר' משה אין אג"מ שרייבט וועגען זיינע ניגונים באותו שעה כשר היה. זאוועל קווארטין האט אויך געמאכט ניגונים. ניגונים בכלל זענען פון מקור הקדושה. סווייזט גארנישט אויף איהם.
איך וויל נישט מקטרג זיין אויף איהם, מזינגט זיינע ניגונים נישט נאר אויף גוטע פלעצער, אבער למען השם, מיש נישט אריין דעם בעל שם טוב הקדוש.
קדושים תהיו מיינט לכה"פ גדר ערוה. די כת ש"ץ האבן געהאט די זעלבע תירוצים מיט זייערע תאוות אין ריקודין, און דאס האט מגלה געוועהן קלונם. דער בוכ"ע איז הוא קדוש ומשרתיו קדושים, מען מאכט א ברכה דריי מאהל אין טאג, אתה קדוש- הקל הקדוש. ווי קען מען צו קומען צום באשעפער אהן קדושה? ברענג מיר נישט קיין השוכן איתם בתוך טומאותם, ווייל דאס מיינט מען קען תיכף תשובה טוהן ואכמ"ל
לסיכום, ער איז געוועהן א גרויסער בעל כשרון און אויך דער זעלבע מאהס א בעל תאווה, דאס ווערט אהנגערופען אין די ספרי מוסר איין עובד ליצרו וליוצרו, די לומדים שביננו וועלען דאס אנרופן קליפת נוגה. מאך אבער נישט פון קיין עבירות קיין מצוות. וויי דו ביזט א מגלה פנים בתורה שלה כהלכה.
מעגסט האלטן פון זיינע ניגוניח א וועלט, אבער ער איז געוועהן א זעהר פראבלעמאטישע פיגור ביי אידען. אוודאי נישט קיין קדוש...
דאס וואס דו שרייבסט פאר שעפסל אז דו וועסט איהם ווייזען אמונה, דאס האלטן די רעפארמער, אז אמונה מיינט נישט מצוות מעשיות. דאס איז נישט אידישקייט, דאס איז פאנטאזיעס בדומה צו די נוצרים רח"ל מהאי דעתא
תוקן על ידי baachi ב- 25/09/2007 18:35:59
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 19:08 |
|
| |
יישר כח באטשי ידידי, אויף דיינע אויפריכטיגע רייד, איך וואלט עס נישט גיקענט בעסער שרייבן, אבער זעהט מיר אויס אז יעדער ווארט איז איבריג, ווייל א מענטש וואס מ'זאגט עהם פערזענליכע עדות קען מכחיש זיין דעם מציאות, וועט עהם גארנישט משכנע זיין.
און ווען ס'וואלט נישט גיוועהן אזוי טראגיש וואלט מיך גיקאסט א לאך וואס עהר האט מיר געשריבן דא, קיק נאר און זאג מיר וואס דו פארשטייסט פון זיינע ווערטער.
קשר שרייבט:
"איך בין געוועהן אסאך א גרעסער מתנגד ווי דיר, איך האב געשריגען כל דבר אסור. ביז איך האב געזעהן ווי דער רשב"ן וויינט אויפ'ן בית המקדש מיט אזעלכע טרערען, קיין איין רבי היינט האב איך נאך נישט געזעהן אזוי, אין ער שטייט מיט די עולם אין נישט כנגד מקום המקדש." ............... "נאר די אמת, אז צו קוקען אויף א צדיק נסתר שטטיט און תולדות, ווי קען זיין אז ס'דא וואס זאגען ער איז שלעכט אין ס'דא וואס זאגען אז ער איז א קדוש עליון...
די תירוץ, אז א צדיק נסתר, איז א שפיגעל! ווי אזוי די ביסט אזוי זעהסט די עהם. ממילא וויל איך נישט קיין שלעכטס רעדען אויף קיינעם, נאר אויב זאגט מען אז א צדיק נסתר איז א רשע ח"ו אין א נואף, איז מען דאס אליינס, אין פארקערט ווער עס זעהט די פינטעלע הארץ אז ער איז א קדוש וטהור, דאן אשרי לו ואשרי חלקו."
פארשטייסט? מתוך דבריו פארשטיי איך אז מקודם איז דער קשר גיוועהן רח"ל נישט ארויף צו ברענגען אויפן מויל, און ווי נאר ער האט "זוכה" גיוועהן צו עפענען די אויגן איז עהר גיווארן א קדוש וטהור, ווייל אזוי זאגט דאך דער תולדות!.
אבער דאך פטור בלא כלום אי אפשר, דו קומסט מיט מעשה'ס וואס אדער וועט עהר עס אנעמען אדער נישט למרות ס'איז דברים גלויים וידועים לכל, איך וויל ענדערש רעדין פון דעם ווידיאו מיט די בילדער וואס ער אליין האט דא גיברענגט.
א, עהר גייט מיט די גרויסע האר פון ארונטער, גידול קומי/בלורית וואס איז אסור על פי הלכה (יו"ד סי' קעח), אין דאס איז א צדיק נסתר וקדוש וטהור!. ב, עהר דאווינט אויף א בימה, וואס איז אויך אסור על פי הלכה, אבער ער איז דאך א צדיק נסתר וקדוש וטהור!. ג, עהר דאווינט מיט א מיקרופון אין מוזיק וואס די מוזיק איז אמאל זיכער אסור, אבער ער איז א צדיק נסתר וקדוש וטהור!
פרעג איך דיך, דער גייט מיך לערנען אמונה? דער גייט מיך מחזיר בתשובה זיין?
ער האט נעבאך נישט זוכה גיוועהן צו זיין קיין ערליכן איד פאר זיינע אויגן, איך האב אבער ב"ה יא זוכה גיוועהן צו זעהן ערליכע אידן וואס וויינען אין א גרינם דינסטאג ביי א וואכדיגן דאווינען אין א קליין מנין'דיל ווי קיינער האט אויף זיי נישט געקוקט און נישט געכאפט פון זיי קיין בילדער מיט ווידיאוז און צוגעשפילט מיט מוזיק!.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2007 19:14 |
|
| |
לכבוד הרב באטשי
פון דיינע חושד זיין א איד אין נישט קענען דן לכף זכות זיין, שיינט ארויס דיין אייגענע מדות.
קענסט טראכטען וואס די ווילסט אדרבה ווי פאסט עס פאר אונז חסידים אז א איד מיט לאנגע האר אין מיט נגיעה זאל זיין א קדוש וטהור, עפעס קען מען דא נישט אראפשלינגען, עס איז סך הכל כבוד.
לייג אוועק דיינע אייגענע נגיעות, אין קוק און טראכט גיט אריין, ווי אזוי איז מעגליך אז דער איד זאל רעדען אויף אלע זיינע טעיפס פון א private collection נאר פון ביאת המשיח און פון שכינתא בגלותא.
דיין גאנצע מגילה, איז אלץ געבויט אויף באשמיצען און מוציא שם רע זיין, אויף א צדיק ונשגב שעבד את בוראו בסתר, אין איז שוין אין גן עדן צוווישען אלע תלמידי בעש"ט.
זאגסט א כלל אז ער האט געבלאפט א גאנץ לעבען אין איז נישט געוועהן ערליך
געב עהם חאטש א world record for acting
ביי מיר איז 100% קלאר אז מרעדט פון א צדיק בהסתרה ממש, אין וואס איז וועגען די אלע בעלי תשובות, ווי אזוי קען מען ווערען א בעל תשובה נאר פון הערען זיינע ניגונים, קענסטו דאס אפשר פארשטיין לשוטתך (הישר)???
למעשה הרב באטשי, די ביי דיך ביזטו נאך מבולבול ומטושטוש ווי אזוי האט ער געקענט מאכען די אלע הייליגע ניגונים קום נישט מיט קיין קווארטין אינו דומה כלל, מיר רעדען פון קאמפעזירן הויכע ניגונים וואס מען זינגט ביי 99% פון בתי מדרשים, מלבד בסאטמאר וכו'
אבער איך בין קלאר אז עס איז נישט קיין שום סתירה, אויב מען קען פארשטיין בנות לוט וואס משיח קומט ארויס, חתונה האבען מיט א טאטע איז דאך מילונען מאל ערגער, אלא מאי די רבוש"ע ווייזט אונז, אונז מכלומר'שטע חסידים זענטס ווייט פארקראכען פונעם דרך התורה דרך הבעש"ט, אבער דעם איד מיט לאנגע האר וואס האט ליב געהאט אהבת נפש יעדער בריאה, ער איז טאקע קודש קדשים, און האט ארויס גענומען 1000טע פון שאול תחתית מיט זיין הייליגע וועג פון קירוב.
איך פארשטיי עס פאסט אונז נישט, אבער קוקטס מיט א ריין הארץ וועט איר אלעס זעהן.
ב"ה ביי מיר איז עס קלאר אין עס וועט נישט העלפען קיין שום ריקראס ומעשיות, דרך אגב עס קומט ארויס א ביכעל מיט סיפורים און אידיש פון דער רשב"ן צדיק נסתר, מיט הסכמות פון כמעט אלע חסידישע הויפען, קויפט עס אין זעהטס אז, יא! מ'טאר נישט זיין קליינקעפיג, אין די עיקר איז נישט די שטריימעל, פאר'ן רבוש"ע איז וויכטיגע אהבת ישראל, אחדות, אין טוהן מצות בכל הלב.
ליידער ביי אונז בעוה"ר זענען די אלע זאכען עבירות, ווי אויך מקרב זיין אידען.
ווען די וואלסט ליב געהאט יעדער אידיש קינד, וואס דאס איז די עיקר דרך התורה, אהבת הבורא, אהבת ישראל, אהבת התורה, וואלסטו גלייך איינגעזעהן אז מ'רעדט פון א צדיק נשגב, פון די ראש הצדיקים והמקרבים לב נדחי ישראל לאבינו שבשמים.
 |
|
|
|
|
|