מאנטיג איז ב''ד ארויף געגאנגין צי ר' שבתי שטורם אין רויזענבערג האט געזאגט" דאס איז געוועהן די פרעיזנדענט פין באבוב" האט זיך ר' שבתי אנגעריפן "איך בין נאכאלטס" אין ער האט געזאגט אז ער איז געווהן ביי meting ביי די מהר''ש זצ''ל אין ער האט געזאגט ר' בצ''ב איז אין לאנדאן ר' יי''מ איז אין קרית באבוב וכ''י
"אין איך וויל שיקען מיין זין רב''צ צי בני ברק"
האלאגאן
הרבני הנגיד ר' שבתי הי"ו נשיא של מוסדות באבוב, מאישי סוד ונאמן של מרן המהר"ש זי"ע, האט נישט געהאט א שליחות איבערצוגעגעבן.
ער האט דערציילט פאר בי"ד, אז עס איז געווען אן א אסיפה מראשי הקהלה אין הויז פון מרן מהר"ש זי"ע, וועגן די עתיד פון די קינדער פון מהר"ש, און מען האט אויסגערעכנט אלע קינדער, ווי יעדער איז ב"ה שוין באזארגט מיט א שטעלע.
און מען האט גערעדט פון בנו הגדול מרן מהרנ"צ זי"ע, האט מרן מהר"ש געזאגט "איך בין ר' נפתל'טשע וואס איך בין דאס איז ר' נפתל'טשע".
האט מען אנגעפאנגן צו רעדן וועגן די עתיד פון בנו הצעיר שליט"א, האט מהר"ש געזאגט ער האט א פלאן אז בנו הצ' שליט"א זאל פארן וואוינען אין בני ברק און דארטן מצליח זיין, האט אבער מהר"ש זי"ע געזאגט אז דער מוטער תחי' לרפו"ש, האט נישט קיין חשק צו דעם, איז געבליבן אן א "וואס ס'וועט זיין".
דאס איז "דעת מהר"ש"
דער אמת וועט זיגן!!!
נשלח ב-26/9/2007 19:47
אן א אסיפה "מראשי הקהלה" אין הויז פון מרן מהר"ש זי"ע??? ווער נאך איז דארט געווען?
_________________
נשלח ב-26/9/2007 20:04
דער בי"ד האט אראפגעשריבען אלעס וואס ר' שבתי האט געזאגט און איבערגעגבן,
ע"כ אז דו האסט עפעס מוסיף צו זיין, און די ווייסט אנדערש, גיי צו די דיינים, און געב איבער דיין עדות'שאפט, אבער אז דו וועסט דא זיצען און שרייבן, האקן און קלאפן, ווי די הושענות אויף דער ערד, וועט גארנישט ארויסקומען.
גיי צום בי"ד און דערצייל וואס דו האסט געהערט פון מרן מהר"ש זי"ע, אנדערש וואס הנגיד החסיד הר"ר שבתי שטורם הי"ו דערציילט.
והכל על מקומו יבא בשלום
אדרבה העלף ארויס די מצב! פון וואס יעדער וויל שוין ארויסקריכן!
געב איבער דעם "דעת מהר"ש" וואס די האסט מקבל געווען בכבודו ובעצמו!
דער אמת וועט זיגן!!
נשלח ב-26/9/2007 21:31
די מעשה קען נישט זיין אמת ווייל די ראש הישיבה האט דאך געזאגט ברבים אז ער האט כמה וכמה פעמים געהערט פין רב ז"ל אין ס'איז קלאהר געווען ביי אלעמען אז רצון קדשו איז אלעמאל געווען אז די רב שליט"א זאל איבערנעמען נאך די מהרנ"ץ ז"ל -
וויאזוי קען דעמאלס זיין אז די מהר"ש האט שוקל געווען עם צו שיקן קיין בני ברק?
אלא מאי אז ר' שבתי זאגט ליגנד!
_________________
נשלח ב-26/9/2007 21:44
עס האט געדיוערט צוויי און האלב יאר, וואס דער ראש הישיבה הורוויץ האט זיך דערמאנט פון דעם "דעת מהר"ש",
פארוואס ביי די הכתרה פון גיסו, וואס ער איז דארט געווען, האט ער נישט געזאגט זיין "דעת מהר"ש", און ווי ער האט געזאגט ביי די אסיפה, אז עס אונז דער ענין געווען קלאר, יעדע פון די קינדער האבן געוואוסט דערפון,
איז פארוואס האט דער דיין טויבער נישט געזאגט דעם "דעת מהר"ש".
איז פארוואס גייט נישט דיין ראש ישיבה איבערגעבן זיין עדות אין בית דין? פין וואס האט ער מורא?
אין פארוואס גייט נישט יעקב ישראל מיט חיים יעקל אדער גאלדבערגער איבערגעבן די קלאהרע ווערטער וואס זיי אלע האבן געהערט "כמה וכמה פעמים" - פארן בית דין?
ווער צו גייט אין בית דין - ער פארשטייסטו איז דער ליגענער!
אבער ווער צו באהאלט זיך אויס אינדערהיים אין שיסט פין א לעכל מ'זאל עם נישט זעהן - ער איז דער וואס זאגט אמת! אה?
טראכט נישט צופיל אריין אין מיין קשיא ווייל אפשר וועסטו נאך האבן ספיקות.........
_________________
נשלח ב-26/9/2007 21:50
אינטערעסאנט, ר' שבתי האט נישא קיין פראבלעם צו זאגן זיין ווערסיא פאר בי"ד, אין דיין ראש ישיבה און דיין קענען נישט זאגען זייער ווערסיא פאר בי"ד, ווער איז די ליגנער? ווער האט זיך סותר געווען אין די זעלבע נאכט איינער מיט'ן צווייטן?
נאכאמאהל: דעת מהר"ש איז:
1. וואס איך בין דאס איז ר' נפתל'טשע.
2. אז בנו הצ' שליט"א זאל פארן וואוינען אין בני
ברק און דארטן מצליח זיין.
נשלח ב-26/9/2007 21:56
דער דיין ר' חי''ט האט דאך קלאר געזאגט ביי די אסיפה אז מיר האבן קיינמאהל נישט געהערט פין שווער וואס וועט זיין
אין מיר ווייסן נישט וואס ער האט געוואלט
אלא מאי ברוך אברהם זאגט ליגנט מן הסתם ההאט ער געהאט פרעשאר
בדרך אגב ווען לייביש לאנדא האט גענימען די מהר''ש זצ''ל צי פלארינדא אין געפרעגט צי מהר''ש אויב רב''צ זאל איבער נעמען לא רצה להיישיב אויב עס איז געוועהן אזוי קלאר למה לא רצה להיישיב ?
אלא מאי ברוך אברהם איז א שקרן
נשלח ב-26/9/2007 22:44
קען זיין ביסט גערעכט די רטש הישיבה זאגט נישט אמת אבער ווער זאגט אז ר' שבתי שטורם זאגט....
נשלח ב-26/9/2007 23:35
איי איי איי האליגאנער - די תירוץ איז דאך אזוי פשוט - קוק נאר ווי די ביסט בלינד
ברוך אברהם איז אפגעפרעגט - איז ער א בחזקת ליגענער
שבתי איז נישט אפגעפרעגט - איז ער בחזקת אומר דברי אמת.
so simpel
_________________
נשלח ב-28/9/2007 00:24
רמ"ד רב בעיר הק' ירושלים
לפני בערך 4 שנים רצו למנות אנשי ביתו של מהרנ"צ את מורינו רמ"ד לרב בירושלים וזה לא היה בסוד וקראו למנהלי ירושלים לארה"ב, ואספו חתימות בירושלים כידוע לכל באמרם שר' מ ד מתאים להיות רב בעיר ירושלים לאחר מאה ועשרים שנה,של רבינו מהרנ"צ זצ"ל, כי פה יורש הכל רב"צ, הדברים ידועים לכולם וגם עלו בבית דין אין שום סודות, חוץ מר' שבתי יש עוד איזה זקן ששמע מהרה"צ מדעעש זצ"ל על רצון קדשו של מהר"ש ואולי רב"צ יהיה רב מאנטריאול כי שם יש עתיד גדול לבאבוב,
אבל מה לעשות שמרן הרב"צ שליט"א הוא האדמו"ר מבאבוב יושב היום ברומו של עולם עם אלפי חסידים בכל העולם ומולך על כל חצר באבוב עד ביאת גוא"צ