|
|
| נשלח ב-8/10/2007 22:53 |
|
| |
נו, נו, זאל זיין אזוי.
צאנז באבוב און באבוב מאחנובקא.
אבער פארוואס שמועסט נישט דער בני בראקער גאס אזוי: 'דער באבוב מאחנובקא' אדער דער צאנז באבוב?!
א סימן אז...
_________________
באבוב איז צוויי, א מחלוקת איז יא דא, מיר גייען מיט רבותינו שליט"א ביזען סוף. דער עולם איז העפי?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2007 22:57 |
|
| |
בנים עדיפי מסימנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2007 22:59 |
|
| |
וואס הייסט בנים?
קענסט לאזען פארשטיין?
_________________
באבוב איז צוויי, א מחלוקת איז יא דא, מיר גייען מיט רבותינו שליט"א ביזען סוף. דער עולם איז העפי?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 02:33 |
|
| |
ענק 45 קענען אלע פלאצן!
די פאקט איז אז אינזער רב שליט"א איז א געלונגענע רבי אין דאווענט הערליך פאר'ן עמוד אין גיבט הערליכע געשמאקע שמועסן אין איז מקרב יעדן איינעם אין זארגט פאר יעדן אין דערמאנט די עולם פינ'ם רב ז"ל ביי יעדן שמועס אין ביי יעדן געלעגנהייט אין פאקט איז אז ער האט א הערליכע הדרת פנים אין די עולם איז זייער צופרידן.
ליידער ענק 45 וועלן מיינע לעצטע 4 שורות קיינמאל נישט קענען שרייבן אויף ענקער נייע אויפגענומענע רבי.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 02:00 |
|
| |
וואס ??? אינזער רבי האט אייביג א שמייכיל משא''כ... אייביג נארוועז אין מאכט מיט די האנט..
אינזער רבי האט נישט מורה צי גיין באזוכין א 2 רב ער נעמט אויף יעדער מיט א שמייכיל זיי ווערן נתפעל פאר עם אין מאכין נאך אפי' א ביקור גומלין משא''כ...
אינזער רבי קען לערנין געט שיער כללי'ת אלע מינע יודן קימען אין זיך שפעטער מפלפל מיט די רבי אין זיי ווערן נתפאל..
אלע ישיבות ריפען עם ער זאל געבין שיוערים משא''כ....
אינזער רבי מען קען שוין קימאט נישט אריין גיין צי א קוויטאל ווייל עס איז געפאקט די גאנצע וועלט קימט צי עם אין האלט פין עם ווארט ביז ער ווערט א זקן עס איז מויסיף והוליך משא''כ...
אינזער רבי לאט נישט טעראר משא''כ...
עס איז נאך דא אסאך וואס צי שרייבין אבער...
48 קען דאס נישט שרייבין
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 05:26 |
|
| |
ווען די הייליגער רב שליט"א א קינד פין אזיין הייליגן טאטן אין א ברידער פין אזיין הייליגן ברידער טוט שמייכלען צושמעלצט עס א יעדן בקאלטן אידישן הארץ אין צו שטראלט אריין אין יעדן אין עס געבט א הרגשת שמחת יו"ט.
אין באזוכן רבנים מאכט נישט אויס אין מיינט גארנישט יעדער האט זיך זיינע נאטורן.
אין ב"ה אונזער רב שליט"א געבט אזעלכע ווארעמע הערליכע געשמאקע חסידישע שיעורים אין דברי חיים א יעדן שבת אינדערפרי ווי הונדערטער באבובע חסידישע אידן שטייען אויף אינדערפרי זיך צו מחיה זיין אין זיך צו דערפרישן מיט די פערל ווערטער פין די רב שליט"א
אין קוויטלאך - אח! ב"ה די עולם גייט אינגרויסן זיך קוויטלען אין די רב נעמט אויף יעדן איינעם מיט א ברייטן שמייכל אין אינטערעסירט זיך אין יעדעמ'ס אומשטענד אין איז מחזק וועם מ'דארף אין ווער צו קומט אריין טרויעדיג גייט ארויס פריילעך אין אויפגעלעבט!
סים - ס'וועט דיר נישט העלפן - ווייל דאס איז אין די בליט פינ'ם רב שליט"א וואס האט אין זיך די בליט פין די רב ז"ל...!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 12:59 |
|
| |
אז דיין הייליגער רב האט א שיינע פנים און זאגט איבער הערליכע שיינע שמועסן. איז וואס איז???
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 16:56 |
|
| |
ליצני הדור היו אומרים מאבימלך נתעברה שרה צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם - אודאי האט א טאטען'ס צורה אויף א זוהן א שטארקע הוכחה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 18:50 |
|
| |
ביי אלע צדיקים בדורות הקודמים האט מען דען געקוקט צו די צורה ענדעלט צום טאטן?
און אויב די צורה ענדעלט נישט צום טאטן, ווי וואלסט דו דעמאלטס געווען, ווי וואלסט דו געגאנגען, ווי וואלסט דו זיך מסתופף געווען. אזו"וו
אוודאי עס איז א מעלה אז א איד איז א בעל צורה.
אבער א בעל צורה מוז נישט זיין אלעמאהל מיט א ווייסע בארד, מיט א שווארצע בארד קען מען אויך זיין א בעל צורה מיט א אור גדול. וואס קומט דורך שקידת ולימוד עיון התורה ועבודת התפלה וועלכע ברענגט ארויף א מענטש א לעכטיגע צורה (כדברי הגאון האדיר הרב וואזנער שליט"א לכ"ק רבינו שליט"א)
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 19:19 |
|
| |
ער קען אויסזעהן ווי זיין טאטן
ער קען טאנצן ווי זיין טאטן
ביים פסק מאכט דאס נישט אויס אין מיט דעם אלעם וועט מען צווינגען להשיב את הגזילה!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 19:24 |
|
| |
mouse
intelligence at it's best
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 19:42 |
|
| |
i cant wait to see you face after the the psak - ai ai
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 19:42 |
|
| |
די ראי' וואס דו ברענגסט איז פונקט פארקערט, איז אקעגן וואס די שרייבסט.
אין אמת'ן האט יצחק אבינו נישט אויסגעזעהן ווי זיין פאטער אברהם, נאר צוליב די מעשה פון אבימלך, האט דער אויבערשטער דעמאלטס געמאכט א נס און אויסגעפארמט יצחק'ס צורה דומה לאברהם,
"לפי שהיו ליצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה שהרי כמה שנים שהתה עם אברהם ולא נתעברה ממנו. מה עשה הקב"ה צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם והעידו הכל אברהם הוליד את יצחק" ע"כ.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 19:45 |
|
| |
פין ווערט מען א גרעסערן ת"ח?
פין רב"צ שיעורים אין ד"ח?
אדער פין ליינען היידפארק?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2007 19:46 |
|
| |
וואס איז פארקערט? דו האסט אפשר געוואלט א אפענע נס זאל דא געשעהן??
דער פאקט איז אז ער שפיגלט אפ די צורה פון זיין טאטע - און ס'מאכט עם זיכער נישט קיין שאדן פארדעם.
_________________
|
|
|
|
|